ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

פּרעזידענטין קריסטינע פֿערנאַנדעז מיט אַ דעלעגאַציע פֿון דער „דאַיאַ‟, נאָכן מעלדן, אַז די רעגירונג װעט אויפֿשטעלן אין בוענאָס־אײַרעס אַ מאָנומענט לזכּרון די ייִדישע קרבנות פֿונעם חורבן.
Courtesy of DAIA
פּרעזידענטין קריסטינע פֿערנאַנדעז מיט אַ דעלעגאַציע פֿון דער „דאַיאַ‟, נאָכן מעלדן, אַז די רעגירונג װעט אויפֿשטעלן אין בוענאָס־אײַרעס אַ מאָנומענט לזכּרון די ייִדישע קרבנות פֿונעם חורבן.

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published April 10, 2014, issue of May 09, 2014.

לעקציעס פֿונעם חורבן־מוזיי

אין דעם ציקל לעקציעס װאָס דער חורבן־מוזיי אָרגאַניזירט, האָט דער ריכטער ד״ר דניאל ראַפֿעקאַס רעפֿערירט דעם לעצטן מיטװאָך אויף דער טעמע „די משפּטים איבער די נאַצי־קרימינאַלן און דער חורבן‟. ער האָט זיך ספּעציעל אָפּגעשטעלט אויף די יורידישע אַספּעקטן און דעם לעגאַלן הינטערגרונט פֿון די נירענבערגער פּראָצעסן. ד״ר ראַפֿעקאַס איז אַ ריכטער, װאָס האָט אינטערװענירט אין אַרגענטינע אין אַ סך פּראָצעסן מיט אַ ברייטן עפֿנטלעכן אָפּקלאַנג, און איז פּראָפֿעסאָר אין דעם בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט. אויפֿן אַקאַדעמישן געביט האָט ער זיך ספּעציאַליזירט אויפֿן חורבן, דיסקרימינאַציע און מענטשן-רעכט, און האָט אַ סך פּובליקירט.

אויף דער קומענדיקער טרעפֿונג װעט פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם זילבערמאַן רעפֿערירן אויף דער טעמע „האָליװוּדער פֿילמען און דער נאַציזם‟.


„הכנסת אורחים‟ באַזאָרגט משפּחות מיט סדרים

די פֿונדאַציע „כודאַיִקאַ‟ (ייִדישקייט) האָט אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע „הכנסת אורחים‟ צו באַזאָרגן מיט סדרים די אַלע משפּחות און יחידים, װאָס האָבן ניט די מעגלעכקייט צו פּראַװען אַ סדר. דער לאָזונג „אַן אָפֿענע היים‟, האָט שוין פֿאַררעגיסטרירט אַ פּאָר צענדליק משפּחות, װאָס װעלן אויפֿנעמען אורחים צום סדר.


יערלעכער קורס פֿאַר אָנפֿירער פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס

די „דאַיאַ‟ האָט דערעפֿנט איר יערלעכן קורס פֿאַר אָנפֿירער פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס. דער ציל פֿונעם קורס איז אַ פּאָליטישע צוגרייטונג און פּערפֿעקציאָנירן זיי בײַם אָננעמען באַשלוסן, ווי אויך צו פֿאַרפֿולקומען זייערע קענטענישן אין ייִדישקייט.


אַ טרויעריקע דאַטע

מאָנטיק דעם 7טן אַפּריל האָט די „דאַיאַ‟ דערמאָנט די ייִדישע „פֿאַרשװוּנדענע‟ פֿון דער לעצטער מיליטערישער דיקטאַטור. מיט דער אָנװעזנהייט פֿון קרובֿים און פֿרײַנד, און בײַ אַ פֿול געפּאַקטן זאַל, האָבן די רעדנער אונטערגעשטראָכן דעם אַנטיסעמיטיזם פֿון די מיליטער־לײַט, װאָס האָבן געפּײַניקט ייִדישע געפֿאַנגענע מיט טאָפּלטער רציחה.


לעקציעס אויף „ספֿרדישע טעמעס‟

אין דעם ציקל לעקציעס „ספֿרדישע װאָרצלען‟, האָט די ישׂראלדיקע פֿאָרשערין סוסי גרוס רעפֿערירט אויף דער טעמע „ספֿרדים און אַשכּנזים אין דער לאַדינאָ און ייִדישער פּרעסע‟. מיט פּיקאַנטע מאָמענטן פֿון די באַציִונגען פֿון ביידע קהילות אין ישׂראל און אויף דער װעלט, האָט דער עולם באַקומען אַן אינטערעסאַנט בילד פֿון דער ייִדישער קולטורעלער פֿאַרשיידנקיי. ד״ר ראַמאָן טאַסאַט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט רעפֿערירט אויף דער טעמע קאַנטיקאַס (לידער) פֿון ליבע און לעבן, װעגן דער קינסטלערין פֿלאָרי יאַגאָדאַ, מיט װעלכער ער איז געשטאַנען אין ענגן קאָנטאַקט, און מיט איר מיטגעאַרבעט.


טשילע: ישׂראלס טעכנאָלאָגיע ראַטעוועט לעבנס

פֿאַר אַכט טאָג דינסטיק האָט טשילע געליטן אַן ערדציטערניש, און עס האָט געדראָעט אַ געפֿאַר פֿון אַ „צונאַמי‟. די טעכנאָלאָגיע און די אינפֿאָרמאַציע־מעטאָדאָלאָגיע װאָס אַ ישׂראלדיקע פֿירמע האָט אַנטװיקלט, האָט אויסגעמיטן פֿיל שאָדנס און דערמעגלעכט, אַז די טשילענער באַפֿעלקערונג זאָל זיך געהעריק צוגרייטן. אין 2010 זײַנען אומגעקומען אַ 400 מענטשן, און דאָס מאָל, צוליב די אָנגענומענע מיטלען, בלויז אַ צענדליק מענטשן.


סימנים פֿון נײַע פּאָליטישע שריט

די אַרגענטינער פּרעזידענטין האָט דינסטיק אויפֿגענומען אַ דעלעגאַציע פֿון דער קהילה און פֿון דער „דאַיאַ‟, און זיי געמאָלדן, אַז די רעגירונג װעט אויפֿשטעלן אַ מאָנומענט אויף דעם פּלאַץ, וווּ מען דערמאָנט דעם חורבן אין דער שטאָט בוענאָס-אײַרעס. עס האָבן זיך אויך באַטייליקט לעבנס־געבליבענע און קינדער פֿונעם צװייטן דור. דער זשעסט און דער קומענדיקער באַזוך פֿונעם אויסערן־מיניסטער, העקטאָר טימערמאַן אין ישׂראל, איז אַ באַװײַז, אַז די רעגירונג האָט אָנגעהויבן צו בײַטן איר שטעלונג אין שײַכות מיטן אָפּמאַך מיט איראַן װעגן דער אויספֿאָרשונג פֿונעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.