צװישן די יאָרן 1889 און 1930 זײַנען קײן אַרגענטינע אָנגעקומען איבער הונדערט טױזנט ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע. זיי האָבן געלייגט דעם יסוד פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ, װאָס האָט זיך אַקטיװ באַטײליקט אינעם אױספֿורעמען אַ נײַע, מאָדערנע, שטאָטישע אידענטיטעט אינעם לאַנד — „פּאָרטעניאָ‟. דער דאָזיקער טעמע איז געװידמעט דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר מאָלי ליויִס נוּװען „אָ, מײַן בוענאָס־אײַרעס‟. די נײַע אַרגענטינער שטעט, קודם־כּל, בוענאָס־אײַרעס, האָבן געשטרעבט צו קאָסמאָפּאָליטישע אײראָפּעיִשע מוסטערן, להיפּוך צו די לאַנדװירטשאַפֿטלעכע, האַלב־פֿעאָדאַלע פּראָװינצן.
די ייִדן זײַנען געװען צװישן די עטלעכע אימיגראַנטישע עטנישע עדות, װאָס האָבן געפֿורעמט די שטאָטישע באַפֿעלקערונג פֿון אַרגענטינע. יעדע עדה האָט געבראַכט מיט זיך איר אײגענע שפּראַך, מינהגים, געריכטן. די איטאַליענער, שפּאַניער און ייִדן האָבן זיך באַזעצט צװישן די אײגענע, געשאַפֿן אינערלעכע געשעפֿטלעכע, קולטורעלע און רעליגיעזע פֿאַרבינדונגען. אָבער אינעװײניק, אין דער ייִדישער קהילה גופֿא, זײַנען געװען חילוקים און סתּירות: צװישן די אַשכּנזים און ספֿרדים, מענער און פֿרױען, יונגע און אַלטע, פֿאַרמעגלעכע און אָרעמע. אײן זאַך האָבן כּמעט אַלע ייִדן געהאַט בשותּפֿות — זײ זײַנען ניט געװען פֿרום. זײער אידענטיטעט איז געװען, קודם־כּל, אַ סאָציאַלע און קולטורעלע.
די ייִדישע ליטעראַטור און פּרעסע דערלאַנגען אַ שלל מיט פֿאַרשידענע פּרטים װעגן יענער פֿריִערער תּקופֿה פֿאַר 1930, װען דער פּאָליטישער רעזשים איז נאָך געװען רעלאַטיװ סטאַביל און די אַרגענטינער עקאָנאָמיע האָט געהאַלטן אין אײן װאַקסן. די ייִדן האָּבן זיך גוט צוגעפּאַסט צו דעם נײַעם לעבן. אָבער אױף שפּאַניש האָבן די ייִדישע אימיגראַנטן, להיפּוך צו די שפּאַנישע אָדער איטאַליענישע, גערעדט מיט אַ שטאַרקן אַקצענט, װאָס מען האָט גערופֿן „װאַלעסקאָ‟. און אַזױ װי אומעטום אין די גרױסע שטעט פֿון אײראָפּע און אַמעריקע, האָבן זײ אַרײַנגעמישט ייִדיש אין זײער גערעדטער שפּראַך, בפֿרט װען די רײד איז געגאַנגען װעגן טאָג-טעגלעכע ענינים.
אין אונטערשיד צום רובֿ אַמעריקאַנער ייִדישע היסטאָריקער, האַלט מאָלי ליויִס נוּװען די ליטעראַטור פֿאַר אַ װיכטיקן היסטאָרישן מקור. אין די ליטעראַרישע טעקסטן געפֿינט זי אַ סך שטײגערישע פּרטים, װאָס ניט נאָר שילדערן זיי דאָס לעבן פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן, אָבער אַנטפּלעקן אױך דעם פּראָצעס פֿון אויספֿורעמען די אַרגענטינער ייִדישע אידענטיטעט אין יענער תּקופֿה. דערפֿאַר איז איר בוך װיכטיק אי פֿאַר די היסטאָריקער פֿון דרום־אַמעריקע, אי פֿאַר אַלע, װאָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש און ייִדישער קולטור־געשיכטע.
די יאָרן פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף דער צײַט פֿונעם העכסטן שטאָט־װוּקס. די אַרגענטינער עקספּאָרט־עקאָנאָמיע האָט זיך גענײטיקט אין קװאַליפֿיצירטע קאַדרען, און דאָס האָט גורם געװען דעם װוּקס פֿונעם שטאָטישן מיטלשטאַנד, און האָט געעפֿנט נײַע מעגלעכקײטן פֿאַר אַקטיװע ייִדן. לכתּחילה האָבן די בוענאָס־אײַרעסער ייִדן געהאַט אַ שלעכטן שם. אַ סך פֿון די ערשטע ייִדישע תּושבֿים זײַנען געװען פֿאַרטאָן אין פּראָסטיטוציע, װי דער באַרימטער פּערסאָנאַזש פֿון שלום־עליכמס מעשׂה. אָבער מיט די שפּעטערע כװאַליעס פֿון מאַסן־עמיגראַציע, בפֿרט נאָך די פּאָגראָמען אין רוסלאַנד אין 1905, זײַנען קײן אַרגענטינע געקומען אַ סך ייִדישע בעל־מלאכות און אַרבעטער. זײ האָבן געזוכט פּרנסה װי פּעדלערס (מ‘האָט זײ גערופֿן „קוענטאַניקס‟) אין דער הױפּטשטאָט, און בהדרגה האָבן זײ און זײערע קינדער זיך אױפֿגעאַרבעט צו דעם בעל־הבתּישן שטאַנד.
דער פּעדלער מיט זײַנע צרות איז געװאָרן אַ באַליבטער פּערסאָנאַזש פֿון דער אַרגענטינער ייִדישער ליטעראַטור אי אױף ייִדיש, אי אױף שפּאַניש. פּאָליטיש זענען אַ סך פֿון די ייִדישע אַרבעטער געװען גענייגט צו ראַדיקאַלע לינקע אידעאָלאָגיעס — פֿון פּועלי־ציון צו אַנאַרכיזם, װאָס זײ האָבן מיטגעבראַכט פֿון דער אַלטער הײם. די לאַגע האָט זיך געביטן בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען די ייִדישע קהילה האָט באַקומען סטאַבילע אינסטיטוציעס. דעמאָלט זײַנען געשאַפֿן געװאָרן צװײ װיכטיקע ייִדישע צײַטונגען, „די פּרעסע‟ (קאָמוניסטישע) און „די ייִדישע צײַטונג‟ (ציוניסטישע), װאָס האָבן אױך געדינט װי אַ ליטעראַרישע טריבונע. עס האָט זיך אַנטװיקלט דער ייִדישער טעאַטער, מיטן אײגענעם רעפּערטואַר פֿון נחמיה פּאָמעראַנץ, מרדכי אַלפּערסאָן, שמואל גלאַסערמאַן. קײן אַרגענטינע פֿלעגן קומען אױף גאַסטראָלן טרופּעס פֿון ניו־יאָרק און אײראָפּע.
אַ קאַריקאַטור אינעם סאַטירישן זשורנאַל „פֿאַר גרױס און קלײן‟ (1923) װײַזט דעם שײדװעג, אױף װעלכן עס שטײט דער ייִדישער אימיגראַנט אין אַרגענטינע: „אַרומגײן מיט בעטלער־סחורה איבער בוענאָס־אײַרעסער גאַסן, אָדער אַרױסגײן אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, װוּ ס׳איז ברײט און ליכטיק, און װוּ גאָטס זון שײַנט און ברענגט אַ געזונט אין די בײנער.‟ געמײנט האָט מען דערמיט די פֿאַרבעטונג צו באַזעצן זיך אין אײנער פֿון די לאַנדװירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס, װאָס דער ייִדישער פֿילאַנטראָפּ באַראָן דע הירש האָט אױפֿגעבױט אין די אַרגענטינער סטעפּן־„פּאַמפּאַס‟, ספּעציעל פֿאַר רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן. ס‘מעג זײַן, האַלט מאָלי ליויִאַ נוּװען, אַז די דאָזיקע קאַריקאַטור איז געװען אַ מין פֿײַג אין קעשענע, װײַל צו די 1920ער יאָרן זײַנען שױן דאָס רובֿ ייִדן אַנטױשט געװאָרן אינעם לעבן „אױפֿן פֿרײַען פֿעלד‟, און האָבן זיך אַריבערגעקליבן קײן בוענאָס־אײַרעס.
דער סוף פֿון דער „גאָלדענער תּקופֿה‟ פֿון אַרגענטינער ייִדנטום איז געקומען מיטן פּאָליטישן קריזיס פֿון 1930. די נײַע מאַכט האָט שטאַרק באַגרענעצט די אימיגראַציע און דערקװעטשט די לינקע פּאָליטישע אַקטיװיטעט. פֿון דעמאָלט אָן איז די אױפֿגאַבע פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס געװאָרן צו פֿאַרטײדיקן ייִדישע אינטערעסן קעגן דעם דרוק פֿון פּאָליטישע רעפּרעסיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.