אַ טײל אַנטיקישע געאָגראַפֿן האָבן געהאַלטן, אַז אין צפֿון־אײראָפּע איז פֿאַראַן אַ גרױסער אינדזל, „סקאַנדצאַ‟. דער קלימאַט דאָרטן איז אַ קאַלטער, אָבער אַ געזונטער, און טאַקע דערפֿאַר װערן דאָרטן שטענדיק געבױרן אַ סך געזונטע קינדער, װאָס באַשאַפֿן יונגע פֿעלקער, װעלכע לאָזן זיך אַװעק אינעם רײַכן דרום זוכן נײַע גליקן.
דערמאָנט אין דעם מיטאָס װעגן דעם אינדזל סקאַנדצאַ האָב איך זיך, װען מיר איז אױסגעקומען סוף װינטער פֿאָרן מיט אַ גרופּע פֿרײַנד אױף אַ סוף־וואָך קײן בודאַפּעשט. איך בין ניט זיכער, אַז מען קען זאָגן, אַז דער פּאָליטישער קלימאַט איז ניט פֿון די בעסטע.
װי באַװוּסט, איז אונגאַרן אַמאָל געװען די ברױט-טאָרבע פֿאַר װין. און אונגאַרן, און צװישן זײ — די אונגאַרישע ייִדן, האָבן שטענדיק זיך אַוועקגעלאָזט אין אַנדערע לענדער; אױך קײן װין, װוּ די בלי-צײַט פֿון דער ייִדישער קהילה אַרום 1900 װאָלט ניט געװען מעגלעך אָן די דאָזיקע „אונגערישע‟. און אַװדאי — קײן אַמעריקע, װוּ די אונגאַרישע ייִדן, אַזױ זאָגט מען, האָבן געהאָלפֿן צו שאַפֿן האָליװוּד.
װעגן דער שטאָט בודאַפּעשט האַלט מען, אַז די שטאָט איז ביזן הײַנטיקן טאָג אַ מין אינדזל פֿון ייִדישקײט אין מיטן אײראָפּע; אַ װעלטגעגנט, װוּ פֿון די אַמאָליקע גרױסע ייִדישע קהילות איז כּמעט קײן זכר ניט געבליבן. צי איז אונגאַרן טאַקע אַנדערש? אַז מען קומט פֿון װין קײן בודאַפּעשט, זעט מען אַ סך פּאַראַלעלן. אין בײדע שטעט איז אויך דאָ אַ היסטאָרישער ייִדישער קװאַרטאַל; אָבער בשעת אין װין קען מען נאָר אױף היסטאָרישע פֿאָטאָגראַפֿיעס זען װי ס‘האָט אַמאָל אױסגעזען לעאָפּאָלדשטאַט, און זײַנע שילן, טעמפּלען און ייִדישע אינסטיטוציעס, איז אין בודאַפּעשט אַ גרױסער טײל פֿון דער ייִדישער אַרכיטעקטור, יאָ אָפּגעהיט געװאָרן.
עס מאַכן אַ געװאַלדיקן רושם די בנינים פֿון די שילן, סײַ די „נעאָלאָגן‟, סײַ די אָרטאָדאָקסישע, װאָס מען האָט ביסלעכווײַז אָנגעהױבן רעמאָנטירן. די דאָזיקע בנינים זענען אַ טײל פֿון די טוריסטישע אַטראַקציעס; אָבער דאָס הײסט ניט, אַז דאָס ייִדישע קהילה-לעבן איז טאַקע דאָ זײער שטאַרק און שפּרודלדיק. אין װין זעט מען הײַנט אַלץ מער קראָמען מיט כּשרע פּראָדוקטן און ייִדישע רעסטאָראַנען; אין בודאַפּעשט איז עס אַ סך װײניקער, כאָטש מען רעדט אָפֿיציעל װעגן אַ גרעסערער ייִדישער באַפֿעלקערונג, ווי אין ווין. אַ נײַע אַנטװיקלונג האָבן באַקומען די אַזוי גערופֿענע „ייִדישלעכע‟ רעסטאָראַנען, „כּשר-סטײַל‟; אַזעלכע קאַפֿעען װי „שפּינאָזאַ‟ אָדער „קאַזימיר‟, װוּ מען שפּילט קלעזמער־מוזיק. עס איז זיכער ניט קײן צופֿאַל, װאָס עס דערמאָנט קראָקע, װוּ די ייִדישע קולטור־ירושה איז געװאָרן אַן אָביעקט, װאָס ציט צו די טוריסטן.
און דאָך: עס רעדט זיך דאָ װעגן אַ לאַנד מיט אַ ייִדישער באַפֿעלקערונג, װאָס, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע לענדער אין אייראָפּע, איז עס ניט קײן קלײנע צאָל — צווישן 50,000 ביז 100,000 מענטשן, ס’רובֿ פֿון זײ וווינען אין בודאַפּעשט. דאָס הײסט, ס‘ווענדט זיך, װעמען מען פֿרעגט װעגן דער ייִדישער סטאַטיסטיק. די לעצטע צאָל איז אָבער טאַקע אָפֿיציעל אָנגענומען בײַ דער „סוכנות‟, װאָס האָט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אַריבערגעפֿירט איר טעטיקײט פֿון דער מיזרחדיקער מיטל-אײראָפּע קײן בודאַפּעשט. די דאָזיקע 100,000 זענען אפֿשר ניט אַלע ייִדן לױט דער הלכה, נאָר לױט דער ישׂראלדיקער דעפֿיניציע, וואָס דערמעגלעכט זיי עולה צו זײַן.
הײסט עס, אַז מען זעט אַ גרױסן פּאָטענציאַל פֿון מענטשן, װאָס װעלן אפֿשר פֿאַרלאָזן אונגאַרן און זוכן נײַע גליקן; מען ריכט זיך, אַז צװישן זײ װעלן זײַן ניט װײניק ייִדן. אין אַ געוויסער מאָס האָט די טענדענץ צו טאָן מיטן פּאָליטישן און עקאָנאָמישן קלימאַט. אונגאַרן איז ניט װײַט פֿון װין, וווּ עס װױנען שױן הײַנט אַ סך אונגאַרן (ערשט ניט לאַנג צוריק האָב איך, למשל, פֿאַרשטאַנען, אַז מײַן צײן-דאָקטער איז ניט נאָר אַן אונגאַר, נאָר אַן אונגאַרישער ייִד פֿון בודאַפּעשט), און מען הערט ניט זעלטן רעדן אונגאַריש אױף די װינער גאַסן.
אויך אױף „פֿײסבוק‟ טײלן זיך ניט װײניק פֿון מײַנע פֿרײַנד און זײערע פֿרײַנד מיט אונגאַרישע ידיעות און פֿירן לעבעדיקע דיסקוסיעס, צום באַדױערן, אױף אונגאַריש. נאָר פֿון די טיטלען און בילדער האָב איך געקענט פֿאַרשטיין, אַז פֿאַר די װאַלן פֿונעם 6טן אַפּריל האָט מען געפֿירט אַ ביטערן אידעאָלאָגישן קאַמף. און אַ גרױסע ראָלע האָט דאָ געשפּילט די אונגאַרישע פֿאַרגאַנגענהײט, און קודם־כּל, דער חורבן.
צי איז דאָ אַן אָרט פֿאַר דער ייִדישער קהילה אין דער הײַנטיקער אונגאַרן? די סיבות פֿאַר דעם װיכּוח זענען זיכער קאָמפּליצירטע, און װי אַ װינער, מײן איך, אַז איך בין שױן אפֿשר אַ שטיקל קענער. אָבער קײן צו גרױסער מבֿין אױף בודאַפּעשטער פּאָליטיק בין איך ניט. אײן זאַך איז קלאָר: דער עקאָנאָמישער קריזיס, אָנהײבנדיק פֿון 2008־2009 האָט זיך געלאָזט באַמערקן אין אונגאַרן זײער שטאַרק, און האָט אַרױסגערופֿן, אָדער כאָטש פֿאַרשטאַרקט, אַ געזעלשאַפֿטלעכן קריזיס אין אונגאַרן.
אײן רעזולטאַט דערפֿון איז געװען, אַז די פּאַרטײ פֿון די אונגאַרישע סאָציאַליסטן (דער גילגול פֿון די אַמאָליקע קאָמוניסטן) האָט בײַ די פּאַרלאַמענט-װאַלן אין 2010 געליטן אַ שטאַרקע מפּלה, און די קאָנסערװאַטיװן, מיט װיקטאָר אָרבאַן אין שפּיץ, זענען געקומען צו דער מאַכט.
די קאָנסערװאַטיװע רעגירונג און װיקטאָר אָרבאַן מיט זײַן „פֿידעס‟-פּאַרטײ (דאָס איז אַ קיצור פֿון אונגאַריש „פֿאַרבאַנד פֿון אונגאַרישע בירגער‟) האָט אײַנגעפֿירט אַ פּאָליטיק פֿון נאַציאָנאַליסטישן פּאָפּוליזם. אַ טײל פֿון די געזעצן, װאָס זי האָט אָנגענומען, קומען אין אַ סתּירה מיט דער פּאָליטיק פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. אין דער באַפֿעלקערונג האָט מען עס אָבער אױפֿגענומען גאַנץ גוט, האַלטנדיק, אַז „פֿידעס‟ און אָרבאַן היטן אָפּ די „אונגאַרישע אינטערעסן‟ און שטעלן זיך אַנטקעגן אױסלאַנד און דעם „אינטערנאַציאָנאַלן קאַפּיטאַל‟. אָבער אין דער זעלבער צײַט איז אױך געקומען אַן אױפֿשטײַג פֿון אַ נאָך מער עקסטרעמען נאַציאָנאַליזם מיט דער פּאַרטײ „יאָביק‟ — די „פּאַרטײ פֿון די רעכטע (אָדער עכטע) אונגאַרן‟.
דאָס פֿאַררופֿן זיך אױף דער אײגענער געשיכטע, אױף דער גרױסער פֿאַרגאַנגענהײט פֿון דער נאַציע און באַקלאָגן זיך אויף דעם אומיושר, װאָס דאָס לאַנד האָט פֿון אים געליטן דעם גאַנצן 20סטן יאָרהונדערט, איז געוואָרן אין לאַנד אַ טײל פֿונעם פּאָליטישן דיסקורס.
ביז הײַנט איז אַקטועל די טעמע, אַז אַ היפּשער טײל אונגאַריש-רעדערס װױנען אין די אַרומיקע לענדער, דער עיקר, אין רומעניע און סלאָװאַקיע, און ניט אין די גרענעצן פֿון אונגאַרן. עס מאַכט צומאָל גאַנץ אָנגעצױגן די באַציִונגען מיט די שכנים. פֿון דעסטוועגן, איז די טעמע אפֿשר הײַנט שױן אַ צװײט־ראַנגיקע. די פּאַרטײ „יאָביק‟ פּריידיקט אַן אידעאָלאָגיע, װאָס לױט איר, דאַרף אונגאַרן זײַן אַ לאַנד נאָר פֿאַר די אַזױ גערופֿענע „עכטע אונגאַרן‟ — אַ קלאָר רעכטע און עקסטרעם-רעכטע אידעאָלאָגיע. װי שװער עס איז דער מצבֿ פֿון דער קאָנסערװאַטיװער „פֿידעס‟־פּאַרטיי, װאָס טעאָרעטיש געפֿינט זי זיך אין „צענטער‟, האָט זיך אַרױסגעװיזן אָנהײב 2014, װען די רעגירונג האָט פֿאָרגעלײגט ספּעציעל צו געדענקען דעם אונגאַרישן קאַפּיטל פֿונעם חורבן, וואָס הײַיאָר איז אָפּגעמערקט געוואָרן 70 יאָר נאָך די געשעענישן פֿון 1944. דעמאָלט האָבן די דײַטשן דעפּאָרטירט און דערמאָרדעט אין געציילטע חדשים 400,000 אונגאַרישע ייִדן.
מען װאָלט געקענט מײנען, אַז דאָס געדענקען די קדושים איז אַ סימן, אַז די רעגירונג װיל ניט פֿאַרלײקענען די פֿאַרגאַנגענהײט. האָט זיך אָבער באַלד אַרױסגעװיזן, אַז דאָס איז ניט אַזױ פּשוט. די רעגירונג, טענהן די ייִדישע אַקטיװיסטן, װיל מיט דעם זיך קױפֿן אַ „הכשר‟ פֿאַר אַ ספּעציפֿישער אויסטײַטשונג פֿון דער אונגאַרישער געשיכטע; זי װיל דערמאָנען די ייִדישע קרבנות נאָר װי „אונגאַרישע בירגער‟. מיט דעם װערט פֿאַרדעקט די ראָלע פֿונעם דעמאָלטיקן אונגאַרישן דיקטאַטאָר האָרטי. אונטער אים האָט מען טאַקע גערודפֿט די ייִדן ניט אַזױ װי אין אַנדערע לענדער, אָבער דווקא ער האָט דערמעגלעכט אָנצוהאַלטן די אַנטיסעמיטישע פּאָליטיק פֿון דיסקרימינאַציע.
די ערשטע קרבנות פֿונעם חורבן אין אונגאַרן זענען געװען די ייִדן, װאָס זענען ניט געװען קײן אונגאַרישע בירגער. אין 1944 װאָלטן די דײַטשן ניט געקענט אַרױספֿירן 400,000 אונגאַרישע ייִדן פֿונעם לאַנד אָן דער הילף פֿונעם אונגאַרישן מלוכה-אַפּאַראַט. אָט דעם פֿאַקט ווילן די אָפֿיציעלע אונגאַרן בפֿירוש ניט אָנערקענען. מען פּלאַנירט אויפֿצושטעלן אַ דענקמאָל, װאָס זאָל דערמאָנען די לײדן פֿון די אונגאַרישע בירגער אונטער דער דײַטשער אָקופּאַציע, װי אונגאַרן װאָלט כּלומרשט קײנמאָל ניט געהאַט קײן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט נאַצי-דײַטשלאַנד.
די אונגאַרישע ייִדישע קהילה האָט אין מערץ, נאָך לאַנגע דיסקוסיעס, סוף־כּל־סוף, זיך אָפּגעזאָגט פֿון די מלוכישע געלטער פֿאַר די געדענק-אונטערנעמונגען. אָבער דאָס רעדן וועגן דעם אויף אַ קול איז אָנגעקומען ניט אַזױ גרינג. די ייִדישע קהילה איז הײַנט װײַט ניט קײן אײנהײַטלעכע אָרגאַניזאַציע. דער דאָמינירנדיקער כּוח זענען ביז הײַנט די נעאָלאָגן — אַ ריכטונג, װאָס איז אַרױסגעװאַקסן פֿון דער רעפֿאָרם-באַװעגונג אין 19טן יאָרהונדערט, און האַלט הײַנט, אַז זי איז אַ טײל פֿון דער טראַדיציאָנעלער אָדער קאָנסערװאַטיװער ייִדישקײט.
דווקא די נעאָלאָגן האָב ביז הײַנט די שליטה אינעם קהילה-לעבן. אָבער אַ סך אונגאַרישע ייִדן נעמען ניט קײן אָנטײל אינעם אָרגאַניזירטן קהילה-לעבן, אָדער האָבן אַ קליינעם אינטערעס אין דער רעליגיעזער ייִדישקײט בכלל. אַ טײל פֿון זײ איז געװאָרן שטאַרק פּאָליטיש אַקטיװ. און זײער השפּעה האָט באַװירקט, אַז ערשט די קלײנע פּראָגרעסיװע קהילות, און דערנאָך די נעאָלאָגן, און די אָרטאָדאָקסן (מחוץ חב״ד) האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון נעמען מלוכה-געלטער פֿאַרן אָנדענק-יאָר. מען װיל, הײסט עס, ניט „כּשרן‟ די מלוכישע פּראָפּאַגאַנדע-װערסיע פֿון דער אונגאַרישער געשיכטע פֿאַר דער עפֿנטלעכקײט.
אָבער װי װײַט איז אַזאַ אַקציע אַ סימן פֿון אַן אויפֿלעב פֿונעם אונגאַרישן ייִדנטום? דאָס װעט טאַקע נאָר װײַזן די צוקונפֿט. יעדנפֿאַלס, האָבן די נײַעס-אַגענטורן באַלד נאָך די װאַלן פֿונעם 6טן אַפּריל געמאָלדן, אַז מען װיל בױען דעם מאָנומענט פֿאַר „אונגאַרן אונטער דער אָקופּאַציע‟, װאָס זײַן רעװיזיאָניסטישע קאָנצעפּציע האָט אַרױסגערופֿן אַזױ פֿיל קריטיק פֿאַר די װאַלן, אַז די רעגירונג האָט אים אָפּגעלײגט.
איצט וועט די אונגאַרישע רעגירונג זיך מסתּמא שוין פֿילן זיכערער בײַ זיך, און מער ניט דאַרפֿן דעם הכשר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.