אַ פּאַלעסטינער פּראָפֿעסאָר פֿון „אַל־קודס אוניווערסיטעט‟, וועלכער האָט מיט צוויי וואָכן צוריק געבראַכט זײַנע סטודענטן אויף אַ באַזוך אין אוישוויץ־בירעקענאַו, האָט די וואָך אַרויסגעשטעלט אויף „פֿייסבוק‟ אַן עפֿנטלעכן בריוו קעגן זײַנע קריטיקער. „קיינער וועט מיך נישט צווינגען צו שווײַגן, און אויב עס וועט זיך מאַכן נאָך אַ געלעגנהייט, וועל איך עס אומבאַגינדט טאָן נאָך אַ מאָל,‟ האָט ער געשריבן.
דער וויזיט איז געווען אַ טייל פֿון אַ קורס וועגן קאָנפֿליקט־לייזונג, אָרגאַניזירט דורכן „פֿרידריך שילער אוניווערסיטעט‟ אין יענאַ, דײַטשלאַנד, און פֿינאַנצירט דורך דער „פֿונדאַציע פֿון דײַטשישער פֿאָרש־אַרבעט‟.
די פּראָגראַם ווערט אָנגעפֿירט בשותּפֿות מיטן בן־גוריון אוניווערסיטעט, אינעם נגבֿ, וועלכער האָט, פֿון זײַן זײַט, געבראַכט די ישׂראלדיקע סטודענטן אויף אַ באַזוך אינעם פּאַלעסטינער פּליטים־לאַגער „דהיישע‟ אין בית־לחם.
נאָכן אומקערן זיך קיין ירושלים, האָט פּראָפֿ׳ מאָכאַמעד דאַדזשאַני דאַוּדי דערקלערט, אַז די רײַזע איז דורכגעגאַנגען זייער גלאַטיק. „ס׳האָט געהאָלפֿן צו פֿאַרשטאַרקן די לעקציעס, וואָס מיר האָבן געלערנט אין קלאַס, און געגעבן די סטודענטן בעסער צו פֿאַרשטיין די וויכטיקייט פֿון נישט שטיין בײַ דער זײַט, ווען אַנדערע לײַדן.‟
„דער וויזיט האָט זיי געגעבן אַ טיפֿן פֿאַרשטאַנד וועגן דעם חורבן,‟ האָט דאַדזשאַני באַטאָנט. „איצט ווייסן זיי, ווי אַזוי צו ענטפֿערן יענע, וועלכע לייקענען דעם חורבן. זיי קענען איצט זאָגן: ׳איך בין דאָרט געווען. כ׳האָב אַליין געזען דאָס אָרט, וווּ ס׳איז פֿאָרגעקומען.׳ איך פֿאַרשטיי בכלל נישט, פֿאַר וואָס עמעצער וואָלט זיך געדאַרפֿט אַנטקעגנשטעלן אַזאַ וויזיט, ווען די סטודענטן האָבן אײַנגעזאַפּט אַ סך מער ווי זיי וואָלטן זיך געלערנט בלויז פֿון זיצן אין אַ קלאַסצימער.‟
נאָך זײַן עקסקורסיע מיט די סטודענטן, איז אַן אַרטיקל וועגן דעם באַזוך דערשינען אין „האָרץ‟, און דערנאָך האָט אַ נישט־געראָטענע איבערזעצונג, פּובליקירט אין דער אַראַבישער מעדיאַ, אַרויסגערופֿן אַ ביטערע קריטיק מצד די אַראַבישע זשורנאַליסטן און לייענער. „אַל־קודס אוניווערסיטעט‟ האָט צוריקגעצויגן זײַן שטיצע פֿונעם באַזוך, מעלדנדיק, אַז דאָס איז געווען אַ פּריוואַטע עקסקורסיע פֿונעם פּראָפֿעסאָר און די סטודענטן.
„מע האָט מיר געשיקט בליצבריוו, אַז איך זאָל זיך נישט דערוועגן צו פֿאָרן מער קיין ראַמאַלאַ אָדער צוריקצוגיין אינעם אינווערסיטעט,‟ האָט דאַדזשאַני געשריבן. „מע האָט מיך באַשולדיקט אין איבערגעבן דעם יונגן דור גרויסע ליגנס, ווי דער חורבן און די ליידן פֿון די ייִדן, בלויז כּדי די פּאַלעסטינער זאָלן דערלויבן די ייִדן צו גנבֿענען זייער לאַנד.‟
„איך וועל אָבער יאָ פֿאָרן קיין ראַמאַלאַ, און וועל יאָ צוריקגיין אין אוניווערסיטעט,‟ האָט דער פּראָפֿעסאָר דערקלערט. „איך האָב בכלל נישט קיין חרטה. איך וועל זיך נישט באַהאַלטן אָדער לייקענען וואָס איך האָב געטאָן. איך וועל נישט שטיין בײַ דער זײַט, אַפֿילו אויב די געליטענע, פֿאַר וועמען איך ווײַז אַרויס מיטגעפֿיל, זענען פֿאַקטיש מײַנע אָקופּירער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.