(די 2 טע זײַט פֿון 2)
מײַן רשימה איז פֿאַרפֿלײצט מיט רומענער, אונגאַרער, ליטווינער, לעטן פֿון איין זײַט, און שווײצער, האָלענדער, עסטרײַכער, פֿראַנצייזן פֿון דער צווייטער… מײַן ליסטע ווערט שווערער און שווערער. ווער האָט דען דעם כּוח דאָס צו דערשלעפּן צום לעבעדיקן קוואַל פֿון יושר? אויב עס איז פֿאַראַן אַזאַ מעדיקער וואָס קען דערפֿינדן אַזאַ וואַקצין, וואָלטן מיר ייִדן אויסגעלייזט געוואָרן פֿון דער מגפֿה.
די פֿראַגע איז, וואָס וואָלטן מיר געטאָן אָנעם גיפֿטיקן אַנטיסעמיטיזם? ווילט איר וויסן. איין זאַך האָב איך מורא, די אַלע שאַרפֿע קעפּעלעך אונדזערע פֿאַרנעמען זיך הײַנט מיט דער טעכנאָלאָגיע, און פֿאַרשטייען נישט צומאָל די וויכטיקייט פֿון אַזאַ אַנטדעקונג.
אפֿשר וואָלט עס פֿאָרט געפֿירט צו משיחס צײַטן, ווען די פֿרומע מיט די פֿרײַע וואָלטן געשלאָסן יד־אחת און אויפֿגעהערט זיך צו בריקעווען איינער מיטן אַנדערן.
און אפֿשר וואָלט עס געפֿירט צום ענדגילטיקן שלום צווישן פֿעלקער. אָבער רעד צו דער וואַנט. אַלע אונדזערע שאַרפֿע קעפּעלעך פֿאַרנעמען זיך הײַנט אָדער מיט דער פֿאַרטיידיקונגס־אינדוסטריע אין דער מדינה, אָדער מיט פֿאַנטאַסטישע אַנטדעקונגען לגבי דעם וווילזײַן פֿונעם מענטשן.
מיר אָבער, די ייִדן סײַ אין דער מדינה און סײַ אין די תּפֿוצות, לײַדן פֿון צוזאַמענשטויסן מיט אונדזערע שכנים, וואָס ווילן דווקא אונדז דערטרינקען נישט אין אַ לעפֿל וואַסער נאָר אין מיטלענדישן ים. איין זאַך בעטן מיר בײַ גאָט, צי בײַ דער באַשערטקייט אונדזערער, אַז די עקאָנאָמיע אין דער וועלט זאָל חלילה נישט אויסציִען די פֿיס און גיין באַנקראָט, דעמאָלט זײַנען מיר ייִדן ווידער אויף דער ווענטקע.
ווען מען וועט אַנטדעקן אַ וואַקצין קעגן שׂינאת־ישׂראל, ווי לאַנג וואָלט גענומען מ’זאָל אַנטדעקן אַ וואַקצין קעגן ראַסן־האַס, קעגן פֿעלקער־האַס, דעם האַס פֿון איין רעליגיע קעגן אַ צווייטער, קעגן דער שׂינאה צווישן רײַך און אָרעם, קעגן פֿרויען־האַס, קעגן טעריטאָריעלן האַס, קעגן צפֿון און דרום קאָרעער, קעגן רוסישן טיגער, קעגן דעם כינעזישן אַל־פֿאַרכאַפּנדיקער און איין זײַטיקער פּאָליטיק, קעגן די דעספּאָטן פֿון דער וועלט, קעגן „אַל־קײַדאַ‟ מיט די „טאַליבאַנען‟, די טאַראַקאַנעס וואָס פֿאַרניכטן די מענטשלעכע דעמאָקראַטיע…
איך קען אַזוי אָנגיין אָן אָפּשטעל. הייסט עס, אַז אַחוץ דעם וואַקצין קעגן אַנטיסעמיטיזם, וועט מען דאַרפֿן דערפֿינדן אַ שלל מיט וואַקצינען, פּונקט ווי די אײַנשפּריצונגען פֿאַר קינדער־קראַנקייטן, וואָס אַנטהאַלטן אַ שלל מיט אַנטי־ווירוסן קעגן אַלערליי מגפֿות.
איז וווּ האַלטן מיר? יאָ, אויב מיר וועלן אויסראָטן דעם אַנטיסעמיטיזם, און די אַלע מענטשלעכע פּלאָגן און אַלערליי אָנשיקענישן, וועלן מיר שיין אויסזען מיט אונדזער וואַקצין, אַז די וועלט איז איין דרייענדיקער פּלאַנעט וואָס רוכעוועט זיך מיט ערדציטערנישן, הוראַגאַנען און פֿאַרפֿלייצונגען, מיט פֿאַרניכטונג פֿון גאַנצע שטחים באַוווינטע ייִשובֿים… איז וווּ זשע האַלטן מיר?..
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.