איך ברעך זיך דעם מוח, ווי קען מען נאָך אונדזער שחיטה ווידעראַמאָל דערשפּירן, אַז מיר ייִדן זײַנען אין אַ גרויסער סכּנה, סײַ אין מערבֿ און סײַ אין מזרח אייראָפּע, סײַ פֿון אַראַבישן ייִדן־האַס און סײַ פֿון אייגענע ייִדן אַנטיסעמיטן. ווי איז דאָס בכלל מעגלעך?
איין זאַך ווייס איך, אַז אין צײַט פֿון אונדזער חורבן האָט די וועלט זיך נישט וויסנדיק געמאַכט ווי נישט זי מיינט מען. דער „סטייט דעפּאַרטמענט‟ צוזאַמען מיטן באַליבטן פּרעזידענט רוזוועלט, זײַנען געווען געביסן פֿון זעלבן קאָמאַר — ייִדן־שׂינאה.
חיים גראַדע האָט אַמאָל אָנגעשריבן אַ העכסט באַשולדיקנדיקע פּאָעמע אונטערן קעפּל „חרובֿע קלויזן‟, וווּ ער שרײַבט:
פֿאַרוואָס האָט איר נישט באַלאַגערט די מנהיגים פֿון די מלוכות?
פֿאַרוואָס האָט איר זיך נישט אויסגעלייגט אויף די גאַסן, די וועלט זאָל נישט קענען אַריבערגיין איבער אונדזער הריגה?
פֿאַרוואָס האָסטו זיך אַליין נישט פֿאַרהונגערט צום טויט און נישט געריסן קריעה יעדן טאָג, יעדע שעה, יעדע רגע?
דו האָסט קיין ייִדישע מסירת־נפֿש פֿאַר אונדז נישט אַרויסגעוויזן און בײַ אונדז מאָנסטו עשׂוס גבֿורה?
בײַ וועמען האָט גראַדע געפֿאָדערט מסירת־נפֿש? פֿון דער וועלט? פֿון אַמעריקע? צי פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע האָבן געשוויגן בעת מיר זײַנען אָפּגעגאַנגען אין בלוט?
זינט די אַכזריותדיקע חיה פֿון מערבֿ מיט די קליינע וואָנצעס און דער דעספּאָט פֿון מזרח מיט די גרויסע וואָנצעס, האָבן אָפּגעלעקט זייערע וווּנדן — איינער אין אַ גרוב, דער צווייטער אין קרעמל — האָט זיך אויף דאָס נײַ דערוועקט דער זלידנער ווירוס פֿון אַנטיסעמיטיזם, צי דאָס איז בײַם פּויערטום, בײַם אַרבעטער־קלאַס, צי אין די הויך אַקאַדעמישע אַנטשטאַלטן, אָן אונטערשייד. ס’האָט זיך ווידעראַמאָל צעפֿלאַקערט די אַלטע שׂינאת־ישׂראל אין אייראָפּע, נישט ווײַל מיר זײַנען שוין מער נישט אָנמעכטיק און שוואַך, נאָר פֿאַרקערט, ווײַל מיר ווײַזן אַרויס גרויס גבֿורה סײַ אין קאַמף, סײַ אין דער אַקאַדעמיע, סײַ אין דער מעדיצין און סײַ אויפֿן געביט פֿון טעכנאָלאָגיע.
בין איך געקומען צו דער מסקנה, אַזוי ווי אין אינדיע האָט מען שוין פֿון לאַנג אָפּגעווישט די פּאָליאָ־מגפֿה, אויסגעמעקט די פּאָקן, דיפֿטעריע און מאָזלען, פֿאַרוואָס נישט אַנטדעקן אַ וואַקצין קעגן אַנטיסעמיטיזם און אײַנשפּריצן אַ האַלבע וועלט קעגן דעם פֿאַרגיפֿטיקטן מיקראָב, וואָס ווערט טראַנסמיטירט פֿון מאַמע צו קינד, אַזוי ווי די אָנשטעקנדיקע קראַנקהייט „איידס‟? מען איז שוין פּטור געוואָרן פֿון מאָזלען, פּאָקן מיט אַ שלל פֿאַרשלעפּטע קרענק, איז געקומען די העכסטע צײַט צו דערפֿינדן אַ וואַקצין קעגן דעם ווילדן אַנטיסעמיטיזם.
און אַזוי ווי עס רויעט זיך דער ווירוס אין גאַנץ אייראָפּע, איז געקומען די העכסטע צײַט צו אַנטדעקן אַ וואַקצין, וואָס וועט אײַנשטילן און אפֿשר אינגאַנצן פּוטער ווערן פֿון דער שׂינאת־ישׂראל.
די ערשטע אויפֿן סדר־היום אײַנגעשפּריצט צו ווערן, דאַרפֿן זײַן די פּאָליאַקן — זיי און זייערע גלחים, וואָס צינדן אונטער די בלוט פֿון ייִדן־האַס אַ יעדן זונטיק אין זייערע „קאָשטשאָלן‟, די קלויסטערס, הייסט עס. אַמאָל זײַנען זיי אַרומגעלאָפֿן און פּראָקלאַמירט „זשידזשי דאָ פּאַלעסטינאַ‟. זײַנען מיר שוין געלויבט צו גאָט אין „פּאַלעסטינאַ‟, טויג עס אויפֿסנײַ נישט. וווּ ווילן זיי אונדז? מיר ווייסן גאַנץ גוט. הײַנט איז שוין פּוילן פֿרײַ פֿון זייערע „זשידעס‟, אָבער זייער גיפֿט צו ייִדן שיפּעט צוזאַמען מיט די שלענג אין וואַלד. די צווייטע אויף דער רשימה קומען די אוקראַיִנער, וואָס ווייסן צומאָל נישט די סיבה פֿון זייער האַס, כאָטש זיי האָבן אַזעלכע העלדן אין זייער געשיכטע ווי באָגדאַן כמעלניצקי און פּעטלוראַ; דער עיקר, אַז עס פֿעלט זיי אויף חיונה, מוז מען דאָך עמעצן באַשולדיקן און דער עיקר — האַסן, איז פֿאַרוואָס נישט די ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.