בײַ די גריכן אין דער אַלטצײַט זײַנען די פֿילאָסאָפֿן געווען גרויסע פּערזענלעכקייטן, קולטור־העלדן פֿון פֿאָלק. די אַמאָליקע גריכישע גענעראַלן, פּאָליטיקער און רעליגיעזע פֿירער געדענקט מען ניט, אָבער די פֿילאָסאָפֿן און די פּאָעטן — זיי זײַנען אַרײַן אין דער וועלט־געשיכטע. אין די לעצטע 2000 יאָר זײַנען די פֿילאָסאָפֿן אַראָפּ פֿון דער גדולה, און די געזעלשאַפֿט האָט זיך אויסגעקליבן אַנדערע העלדן: צדיקים, וואָס האָבן געשאַפֿן נײַע רעליגיעס אָדער איבערגעמאַכט אַלטע; קעניגן און מלוכה־לײַט, וואָס האָבן געפֿירט מלחמות און חרובֿ געמאַכט אַ וועלט; גרויסע דערפֿינדער און געשעפֿטסלײַט, וואָס האָבן אויסגעטראַכט נײַע מכשירים און זײַנען גיך געוואָרן אַזוי רײַך, ווי אַ סך קליינע מדינות.
הײַנט ווערן די פֿילאָסאָפֿן באַטראַכט ווי פֿאַרטראַכטע טשודאַקעס, וואָס גריבלען זיך אין זייערע ספֿרים און רעדן וועגן זאַכן, וואָס אַ מענטש מיט אַ פּשוטן שׂכל פֿאַרשטייט זיי ניט: וויפֿל מלאָכים קענען טאַנצן אויפֿן שפּיץ פֿון אַ שפּילקע, צי אַ פֿליג האָט אַ פּופּיק, און נאָך אַזעלכע זאַכן. גרויסע פֿילאָסאָפֿן זײַנען נאָך געקומען, אָבער זייערע טעאָריעס האָט געלייענט נאָר אַ לפֿי־ערך קליינער קרײַז מענטשן, דער עיקר, אין די אוניווערסיטעטן.
אָבער אַז אַ פֿילאָסאָף קען נאָך ווערן אַ „שטערן‟ אין דער מאָדערנער געזעלשאַפֿט ווײַזט דער פֿאַל פֿון סלאַוווי זשיזשעק. וועגן זשיזשעק זײַנען שוין אַרויס 5 פֿילמען, וווּ ער דערציילט וועגן זײַנע טעאָריעס און קריטיקירט די מאָדערנע וועלט־אָרדענונג. דאָס „קעניגלעכע אָפּערע־הויז‟ פֿון ענגלאַנד האָט געמאָלדן פֿאַר אַ יאָרן, אַז מע האָט באַשטעלט 4 אָפּערעס באַזירט אויף זשיזשעקס ווערק. ער דרוקט זיך כּסדר, סײַ אין די געלערנטע זשורנאַלן, סײַ אין דער פּאָפּולערער פּרעסע, און ווען ער טרעט אויף בײַ אַ מאַניפֿעסטאַציע אָדער אין אַן אוניווערסיטעט־קאַמפּוס, קומען הונדערטער מענטשן אים הערן. אָט האָט ער גערעדט דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, און דער שרײַבער פֿון די שורות האָט מיט אים געכאַפּט אַ קורצן שמועס.
זשיזשעק איז אַ געבוירענער סלאָווענער, און ווען ער פֿאָרט ניט אַרום דער וועלט, לערנט ער ווײַטער ווי אַ פּראָפֿעסאָר בײַם אוניווערסיטעט פֿון ליובליאַנאַ אין סלאָוועניע. ער האָט זיך יונגערהייט פֿאַרטיפֿט אינעם לאַקאַנישן פּסיכאָאַנאַליז, אין דער מאַרקסיסטישער פֿילאָסאָפֿיע און אינעם פֿראַנצויזישן סטרוקטוראַליזם. נאָך אין 1967 האָט ער דער ערשטער איבערגעזעצט אַ טעקסט פֿונעם ספֿרדיש־פֿראַנצויזישן פֿילאָסאָף זשאַק דערידאַ אויף סלאָוועניש.
אין די 1980ער יאָרן האָט זשיזשעק זיך באַטייליקט אין דער באַוועגונג פֿאַר דעמאָקראַטיע אין יוגאָסלאַוויע, און אין 1990, אין די ערשטע פֿרײַע וואַלן, איז ער געווען אַ קאַנדידאַט פֿאַרן פּרעזידיום פֿון סלאָוועניע. נאָר ניט געקוקט אויף דעם, האַלט ער זיך ווײַטער פֿאַר אַ מאַרקסיסט און ער שעמט זיך ניט אַפֿילו מיטן נאָמען קאָמוניסט, כאָטש ער דאַרף כּסדר פֿאַרפּינקטלעכן, אַז ער שטיצט ניט דעם גולאַג און דעם סטאַליניזם. ער איז אַ גרויסער קריטיקער פֿון דער נעאָ־ליבעראַלער קאַפּיטאַליסטישער וועלט־אָרדענונג, וואָס מאַסקירט די אמתע עקספּלואַטאַציע פֿון די אונטערגעדריקטע מאַסן מיט אַ שלייער פֿון מולטי־קולטוראַליזם און רחמנות־געפֿיל.
אַזוי, למשל, קויפֿט מען הײַנט אַן אָרגאַנישע קאַווע פֿון „סטאַרבאָקס‟, וואָס קומט מיט אַלע צוזאָגן פֿון „יושרדיקן מיסחר‟ (fair trade) און אַנדערע ליבעראַלע לאָזונגען, כאָטש פֿאַקטיש ווערן די קאַווע־פֿאַרמער און אַרבעטער זייער שלעכט באַצאָלט, און די דאָזיקע לאָזונגען העלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס.
דער עיקר, נעמט זשיזשעק אויס מיט זײַן כאַריזמאַטישן און פּראָוואָקאַטאָרישן סטיל, וואָס פֿרעגט אָפּ די אָנגענומענע ליבעראַלע מיינונגען פֿון ס’רובֿ לייענער און צוהערער. ווען ער טרעט אויף, פֿאַרכאַפּט ער דעם צוהערער מיט זײַנע בליץ־געדאַנקען און אומגעריכטע אויסטײַטשונגען. דער עולם לאַכט און ווייסט ניט, צי ער מיינט עס ערנסט, צי אויף קאַטאָוועס, און אין דער דאָזיקער שפּאַנונג איז דאָ אַ פּלאַץ איבערצוטראַכטן דעם ענין פֿון דאָס נײַ. בכלל האַלט זשיזשעק, אַז די ראָלע פֿונעם פֿילאָסאָף איז ניט צו אַנטוויקלען נײַע טעאָריעס, נאָר צו קריטיקירן די אָנגענומענע שאַבלאָנען.
וויפֿל לייענער און צוהערער פֿאַרשטייען באמת זשיזשעקס פֿילאָסאָפֿיע, איז אַ גרויסער ספֿק, כאָטש ער האָט אַ גרויסן טאַלאַנט צו פּאָפּולאַריזירן. מע קען כאָטש מיינען, אַז מע פֿאַרשטייט וואָס ער רעדט. אָבער אַנדערע פֿילאָסאָפֿן האָבן צו אים גרויסע טענות, אַז ער ברענגט ניט קיין לאָגישע אַרגומענטאַציע, נאָר אַ כאַאָס, וווּ איין זאַך האָט ניט קיין שײַכות מיט דער צווייטער; ער ניצט באַגריפֿן, וואָס זײַנען שוין לאַנג וויסנשאַפֿטלעך אָפּגעפֿרעגט, אָדער וואָס האָבן אַן אַנדער באַטײַט ווי דער, וואָס זשיזשעק לייגט אַרײַן אין זיי; ער וויל בעסער פֿאַרווײַלן דעם עולם ווי זיך דערגרונטעווען צום אמת אאַז”וו. פֿון דעסטוועגן, דאַכט זיך, אַז זײַנע פּראָוואָקאַציעס העלפֿן צו טראַכטן אַנדערש וועגן זאַכן, וואָס מע האָט פֿריִער געמיינט, אַז מע ווייסט זיי אויף זיכער, און דאָס איז פֿאַר זיך אַליין געזונט פֿאַרן לייענער.
אינעם קורצן שמועס, וואָס זשיזשעק האָט געפֿירט מיט מיר און אַ חבֿר, אַ חסידישן ייִד, האָט ער גערעדט פֿונעם צימצום, ווי עס הייסט אין דער קבלה; אַז דער אייבערשטער האָט פֿאַרן וועלטבאַשאַף קודם געדאַרפֿט זיך אַליין אײַנציִען און שאַפֿן דעם חלל הפּנוי — דעם ליידיקן רוים, וווּ די וועלט האָט געקענט אויפֿקומען. אַז אַ פֿילאָסאָף אַ קאָמוניסט זאָל אַזוי אָנהייבן דרשענען וועגן ייִדישקייט, האָט אונדז ביידע פֿאַרחידושט; אָבער מיר האָבן ניט געהאַט קיין צײַט אים צו פֿרעגן וועגן דעם שלום־פּראָצעס אין ישׂראל, אָדער וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ווײַל ער איז באַלד געלאָפֿן ווײַטער. נו, אַזוי זײַנען זיי, די פֿילאָסאָפֿן. מסתּמא, וואָלט אַן אַריסטו אָדער אַ פּלאַטאָן זיך אויך ניט אָפּגעשטעלט צו רעדן מיט צוויי ייִדעלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.