לויט דער מוטערס ווערטער, איז אַנאַ גוראַרי געבוירן געוואָרן אונטער די קלאַנגען פֿון שאָפּענס ערשטן עטיוד, וואָס האָט זיך געהערט אינעם קאָרידאָר פֿון דעם קימפּעט־הויז אין דער שטאָט קאַזאַן. מעגלעך, אַז דער פֿאַקט האָט צוגעשפּילט דעם גורל פֿון דעם ערשט־געבוירענעם קינד. צוריק גערעדט, לייגט זיך עס אויפֿן שׂכל, ווײַל די עלטערן פֿון אַנאַ זײַנען ביידע מוזיקער, און האָבן דעמאָלט געאַרבעט אין דער שטאָטישער קאָנסערוואַטאָריע; זייערע פֿרײַנד זײַנען אויך געווען מוזיקער, און אין דער שטוב האָט שטענדיק געקלונגען מוזיק.
ווען אַנאַ גוראַריס נאָמען האָט שוין געשמט אין דער וועלט, האָט זי זיך מודה געווען, אַז אין די קינדער־יאָרן האָט זי געמיינט, אַז אַלע מענטשן זײַנען מוזיקער, און אַלע שפּילן זיי פּיאַנע.
דער מוזיקאַלישער טאַלאַנט האָט זיך אַנטפּלעקט בײַ אַנאַ זייער פֿרי: בײַ צוויי יאָר האָט זי שוין געזונגען אַ 200 לידעלעך, געקענט אונטערשיידן באַכס מוזיק פֿון מאָצאַרטס, שאָפּענס פֿון בעטהאָווענס; בײַ פֿינף יאָר האָט זי אָנגעהויבן זיך סיסטעמאַטיש לערנען שפּילן, בײַם אָנהייב אין דער מוזיק־שול פֿאַר באַזונדערס־טאַלאַנטירטע קינדער, דערנאָך אין דער קאָנסערוואַטאָריע, און צום סוף, אין דער אַספּיראַנטור.
אין דער זעלבער צײַט איז אַנאַ גוראַרי אויפֿגעטראָטן מיט קאָנצערטן, זיך באַטייליקט אין פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע פֿאַרמעסטן; און נאָכן געווינען דעם קאָנקורס אויף קאַבאַלעווסקיס נאָמען האָט די פּרעסע געלויבט זי ביזן הימל אַרײַן. די יונגע מוזיקערין האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס בײַ באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרן אין מאָסקווע. עס האָט אויסגעזען, אַז איר קאַריערע איז פֿאַרזיכערט…
דער גורל האָט אָבער געפֿירט זײַנע אייגענע חשבונות. נאָכן געווינען דעם הויפּט־פּריז אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן שאָפּען־קאָנקורס אין דער שטאָט געטינגען (Göttingen), דײַנטשלאַנד, האָט די זיבעצן־יאָריקע אַנאַ, צוזאַמען מיט אירע עלטערן, באַשלאָסן זיך נישט אומצוקערן צוריק קיין רוסלאַנד. זיי האָבן איבערגעלאָזט אין קאַזאַן זייער גאַנצן האָב־און־גוטס, און זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ צימער פֿאַר פּליטים, וווּ דרײַ מוזיקער האָבן רעפּעטירט אויף אַ „שטומער‟ פּיאַנע־קלאַוויאַטור, ווײַל צו קויפֿן אַן אינסטרומענט איז נישט געווען קיין געלט.
זיי האָבן זיך באַזעצט אין מינכן, וווּ אַנאַ האָט ממשיך געווען אירע לימודים בײַם באַוווּסטן דײַטשישן פּיאַניסט, פּראָפֿעסאָר לודוויג האָפֿמאַן. צוליב דעם האָט זי געמוזט זיך שלעפּן דורך דער גאַנצער שטאָט צופֿוס, ווײַל קיין געלט פֿאַר טראַנספּאָרט איז נישט געווען. זי טרעט אויף מיט סאָלאָ־קאָנצערטן און באַטייליקט זיך אין דעם פּרעסטיזשפֿולן מינכן־פֿעסטיוואַל „קלאַוויר־זומער‟. וועגן איר טאַלאַנט שרײַבט די פּרעסע, וואָס מערקט אָפּ די „אויסשליסלעכע רײַפֿקייט פֿון דער יונגער פּיאַניסטקע‟.
דער אמתער דערפֿאָלג קומט אָבער צו אַנאַ גוראַרי אין דיסעלדאָרף, בעתן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנקורס אויף קלאַראַ שומאַנס נאָמען, אין יאָר 1994. די בכּבֿודיקע זשורי, וואָס באַשטייט פֿון אַזעלכע גרויסע מוזיקער, ווי וולאַדימיר אַשכּנזי, מאַרטאַ אַרגעריך, יאָכים קײַזער און אַנדערע טיילט איר צו דעם הויפּט־פּריז. די פּרעסע האָט דעמאָלט באַטאָנט, אַז ס‘איז „אַנטדעקט געוואָרן דער שטערן אַנאַ גוראַרי‟.
עס זײַנען אַדורך צוואַנציק יאָר; יאָרן פֿון אינטענסיווער קאָנצערט־טעטיקייט אין פֿאַרשידענע אייראָפּעיִשע לענדער; זי שפּילט מיט אַזעלכע באַקאַנטע דיריגענטן ווי לאָרין מאַזעל, זובין מעטאַ, איוואַן פֿישער, גידאָן קרעמער און אַנדערע. עס זײַנען דערשינען 20 קאָמפּאַקטלעך, און אירע אויפֿטריטן קאָן מען הערן אין ראַדיאָ־ און טעלעוויזע־פּראָגראַמען.
ווי עס באַטאָנען די קריטיקער, איז דער דערפֿאָלג פֿון אַנאַ גוראַרי פֿאַרבונדן, אין אַ געוויסער מאָס, מיט דעם, וואָס זי „יאָגט זיך נישט נאָך דער מאָדע‟. זי באַהערשט אַ פּרעכטיקע טעכניק, און נייטיקט זיך נישט אין קיין איבעריקע עפֿעקטן; פֿאַרקערט, איר אויפֿגאַבע איז צו אַנטפּלעקן די פּאָעטישע טיפֿקייט פֿון מוזיק, איר מאָראַלישע ווערט.
און אָט לאָזט זיך דאָס מיידעלע פֿון דער רוסלענדישער פּראָווינציעלער שטאָט קאַזאַן, און איצט אַ שטערן פֿון דער אייראָפּעיִשער פּיאַנע־שול צו באַהערשן אַמעריקע. איר ערשטער קאָנצערט גיט זי אין ניו־יאָרק, אין דעם היסטאָרישן קאָנצערט־זאַל קאַרנעגי־האָל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.