די ישׂראלדיקע „אַנטיקן־אינסטאַנץ‟ האָט איבערגעגעבן, אַז אין עמק־יזרעאל, אַ טאָל אינעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון ישׂראל, לעבן דעם בערגל תּל־שדוד, האָט מען אַנטדעקט אַן אוראַלטע מיצרישע טרונע.
די וויסנשאַפֿטלער האָבן באַשטימט, אַז דאָס געפֿינס, וואָס האָט אַ צילינדרישע פֿאָרעם און איז געמאַכט פֿון ליים, איז בערך 3,300 יאָר אַלט און געהערט צו דער שפּעטערדיקער בראָנדזענער תּקופֿה. אינעווייניק, האָט מען געפֿונען אַ סקעלעט פֿון אַ דערוואַקסענעם מאַן, צוגעדעקט מיט אַ דעקל אין אַ פֿאָרעם פֿון אַ מענטש. צום ערשטן מאָל אין 50 יאָר האָט מען אַנטדעקט אַזאַ מין טרונע אויפֿן שטח פֿון ישׂראל.
לעבן דעם קבֿר איז געלעגן אַ זעלטענער גאָלדענער רינג מיט אַ שטעמפּל, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿונעם פּרעה סעטי דעם ערשטן — דער טאַטע פֿון ראַמזעס דעם צווייטן, וואָס אַ טייל היסטאָריקער אידענטיפֿיצירן אים מיטן מיצרישן הערשער, וועלכער פֿיגורירט אין דער מעשׂה וועגן יציאת־מצרים אינעם חומש „שמות‟, צוליב וועלכער דאָס ייִדישע פֿאָלק גרייט זיך איצט צו פּראַווען דעם קומענדיקן יום־טובֿ פּסח.
אַחוץ דעם רינג, איז דער סקעלעט געווען באַגלייט מיט אַ צאָל אַנדערע אָביעקטן, וואָס האָבן, זעט אויס, געדינט ווי רעליגיעזע קרבנות: שיסלעך און אַנדערע מינים געפֿעס, ביינער פֿון בעלי־חיים און אַ בראָנדזענער קינזשאַל. עדווין וואַן דען ברינק און דן קירזנער, די דירעקטאָרן פֿון די אויסגראָבונגען, האָבן דערקלערט, אַז אינעם אוראַלטן מצרים איז געווען דער מינהג צו ברענגען אַזעלכע קרבנות צו די געטער, כּדי צו באַזאָרגן די מתים אויף יענער וועלט.
די פֿאָרשער האַלטן, אַז דער באַערדיקטער איז געווען אָדער אַ כּנעני, וואָס האָט געדינט ווי אַ באַאַמטער בײַ דער מיצרישער מלוכה, אָדער אַן אָרטיקער עושר, וועלכער האָט נאָכגעמאַכט די מיצרישע קבֿורה־מינהגים. אַ פּשוטער מענטש, ווי עס האָבן דערקלערט די וויסנשאַפֿטלער, וואָלט נישט געקאָנט באַשטעלן אַזאַ רײַכע לוויה.
די „אַנטיקן־אינסטאַנץ‟ האָט באַמערקט, אַז דאָס געפֿינס וואַרפֿט אַ שײַן אויף דעם פּאָליטישן מצבֿ פֿון עמק־יזרעאל, אַ טייל פֿונעם הײַנטיקן גליל, אין דער שפּעטערדיקער בראָנדזענער תּקופֿה. ווײַזט אויס, אַז דעמאָלט האָט דאָרטן געהערשט די מיצרישע אימפּעריע, וועלכע האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף דער אָרטיקער כּנענישער אַריסטאָקראַטיע. די אַרכעאָלאָגן האָפֿן דורכצופֿירן אַ גענעטישן אַנאַליז פֿונעם סקעלעט, כּדי צו באַשטימען, צי דער באַערדיקטער איז טאַקע געווען אַ כּנעני, אָדער אַן אײַנגעוואַנדערטער מיצרי.
לעבן דער טרונע, האָט מען אויך געפֿונען די קבֿרים פֿון צוויי מענער און צוויי פֿרויען. ס׳קאָן זײַן, אַז זיי זענען האָבן געהערט צו דער זעלבער משפּחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.