איבער די גאַסן פֿונעם אַלטן פּאָרטוגעזישן שטעטל מעדעלים, שפּאַצירן חתן־כּלה, באַפּוצט אין ספֿרדישע חופּה־מלבושים, בעת אַ קאַפּעליע מוזיקער באַגלייטן זיי מיט לאַדינאָ־מוזיק. ס׳איז מעגלעך, אַז מיט 500 יאָר צוריק איז טאַקע פֿאָרגעקומען אַזאַ סצענע, אָבער הײַנט וווינען בכלל נישט קיין ייִדן אין מעדעלים, שטעלט מען אָן נישט־ייִדישע אַקטיאָרן דאָס אויסצושפּילן, בעת דעם „ייִדישן און קריסטלעכן פּסח‟ — אַ יערלעכע קולטור־געשעעניש, וואָס מע האָט הײַיאָר דורכגעפֿירט צום צווייטן מאָל.
דער פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען בלויז עטלעכע חדשים נאָך דעם ווי סײַ פּאָרטוגאַל, סײַ שפּאַניע האָבן פֿאָרגעלייגט געזעצן צו געבן בירגערשאַפֿט פֿאַר ספֿרדישע ייִדן איבער דער וועלט, איז אַ טייל פֿון אַ ריי ייִדישע קולטור־פֿעסטיוואַלן, וואָס קומען הײַנט פֿאָר לכּבֿוד די ייִדישע יום־טובֿים, פּסח און סוכּות.
„אין פּאָרטוגאַל, ווייסט מען זייער ווייניק וועגן דער וויכטיקער ראָלע, וואָס די ייִדן האָבן געשפּילט אין אונדזער קולטור־ירושה, און דערפֿאָר קאָנען די פֿעסטיוואַלן לערנען די נישט־ייִדישע אײַנוווינער וועגן די ייִדישע טראַדיציעס,‟ האָט באַמערקט האָזע אַנטאָניאָ אָליוויער, אַ געאָגראַפֿיע־פּראָפֿעסאָר אינעם לוסאָפֿאָן־אוניווערסיטעט אין ליסבאָן.
דערצו האָפֿן די אָרטיקע באַאַמטע, אַז די פֿײַערונגען פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה וועט אויך צוציִען טוריסטן און אַרײַנברענגען נייטיקע דאָלאַרן.
דער טוריזם־אָפּטייל פֿון מעדעלים האָט לטובֿת דעם פּסח־פֿעסטיוואַל אָנגעשטעלט דעם ישׂראל־געבוירענעם מוזיק־שטערן, מור קאַרבאַסי, צו זינגען לידער אויף לאַדינאָ (דזשודעזמאָ). מע האָט דאָרט פֿאַרקויפֿט כּשר ווײַן, קעז און מצה, און אַ האָטעל מיטן נאָמען „ספֿרד‟ (Sefarad) האָט געפּראַוועט זײַן חנוכּת־הבית.
אין אָקטאָבער האָבן די שטעטלעך סאַן־הואַן און ריאָ־הערטע, אין צפֿון־מערבֿ שפּאַניע — וווּ עס וווינען אויך מער נישט קיין ייִדן — געפּראַוועט זייערע ערשטע סוכּות־פֿעסטיוואַלן. צווישן די אַטראַקציעס: ייִדישע מאכלים, אַ האַנטאַרבעט־באַזאַר און אַן אָנשטעל פֿון אַ ייִדישער חתונה.
פֿאַראַיאָרן האָט דאָס שפּאַנישע שטעטל ריבאַדאַוויע, הונדערטער יאָרן נאָכן גירוש־שפּאַניע, אָפּגעריכט דעם ערשטן כּשרן סדר. אָנגעפֿירט דורך אַ ייִדישן היסטאָריקער, זענן ס׳רובֿ פֿון די געסט געווען נישט־ייִדן, וואָס האָבן באַצאָלט $40 אַ מענטש.
אין פֿעברואַר האָבן די געזעץ־געבער אַרײַנגעגעבן אַ געזעץ־פּראָיעקט אינעם שפּאַנישן פּאַרלאַמענט פֿונעם אַנדאַלוציאַ־ראַיאָן, וואָס זאָל מוטיקן מענטשן צו דינגען פֿאַר זייערע חתונות די היסטאָרישע קאָרדאָבאַ־שיל, געבויט אינעם 14טן יאָרהונדערט.
אָבער נישט יעדער איז צופֿרידן מיט די ייִדישע פֿײַערונגען. הרבֿ דניאל ליטוואַק, פֿון דער צפֿונדיקער פּאָרטוגעזישער שטאָט פּאָרטאָ, זאָגט, אַז די אונטערנעמונג אין מעדעלים, כּלומרשט פֿאַרבונדן מיט פּסח, „האָט בכלל נישט געהאַט קיין שײַכות צו פּסח, אָדער צו ייִדן.‟
אַבֿיגיל כּהן, אַ ישׂראל־געבוירענע אייגנטימערין פֿון אַ בעקערײַ אינעם שפּאַנישן שטעטל הערוואַס, זאָגט, אַז די אָרגאַניזירער פֿון די אַזוי־גערופֿונע ייִדישע פֿעסטיוואַלן, זענען מער פֿאַראינטערעסירט אין געלט ווי אין דער ייִדישער קולטור־ירושה. ווען זי האָט, למשל, זיך אָנגעבאָטן צו די אָרגאַניזירער פֿונעם פֿעסטיוואַל, אַז זי וואָלט געווען גרייט איבערצוגעבן די באַזוכער מער פּרטים וועגן די ייִדישע יום־טובֿים און מנהגים, האָבן די אָרגאַניזירער איר געענטפֿערט, אַז ס׳איז נישט נייטיק.
אָליווייראַ, דער פּאָרטוגעזישער פּראָפֿעסאָר, זאָגט אָבער, אַז די פּאָפּולאַריטעט פֿון די פֿעסטיוואַלן איז נישט בלויז פֿאַרבונדן מיט געלט, נאָר אויך מיט דער נײַער פֿרײַהייט אין שפּאַניע, נאָך צענדליקער יאָרן פֿון דיקטאַטור. „אַ סך פֿון די אײַנוווינער דערוויסן זיך איצט, אַז מיליאָנען מענטשן אין די צוויי לענדער שטאַמען טאַקע פֿון ייִדן,‟ האָט ער באַמערקט.
בערך 20% פֿון דער פּאָרטוגעזער באַפֿעלקערונג אינעם 16טן יאָרהונדערט איז באַשטאַנען פֿון ייִדן, וועלכע האָבן זיך געשמדט און פֿאַרבליבן אין פּאָרטוגאַל, האָט דערקלערט דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין ליסבאָן, האָזע קאַרפּ.
דעם עקאָנאָמישן אינטערעס קאָן מען אָבער פֿאָרט נישט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט. אין 2012 האָט שפּאַניע צוגעצויגן 105,000 ישׂראלדיקע טוריסטן, וועלכע האָבן דאָרט אויסגעגעבן בערך 235 מיליאָן דאָלאַר, און פֿאַראַיאָרן האָט פּאָרטוגאַל באַקומען כּמעט 7 מיליאָן דאָלאַר אין ספּעציעלע פֿאָנדן פֿון די אייראָפּישע לענדער, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן דעם טוריזם אין שײַכות מיט דער ייִדישער קולטור־ירושה. די פֿאָנדן וועלן זיכער צוניץ קומען די מוניציפּאַליטעטן אין שפּאַניע און פּאָרטוגאַל, וואָס האָבן שטאַרק געליטן פֿונעם אַלוועלטלעכן פֿינאַנציעלן קריזיס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.