עס קומט דער ליבער יום־טובֿ־פּסח און יעדער ייִד פֿילט, אַז עס איז געקומען די צײַט אױסצורײניקן די געדאַנקען, כּװנות און די נשמה. איר װײסט דאָך, אַז קלוגע מענטשן זאָגן, אַז מע װיל גוט בַדְקענען, איז אַלץ טרפֿה. און בכלל, װער נאָך, אַחוץ די ייִדן קען זיך באַציִען צום פּסח װי צו אַ לעבעדיקער באַשעפֿעניש — פּסח־לעבן איז אַ שװערער, אָבער אַ רײנער יום־טובֿ. פּסח־לעבן, רבי־לעבן, חיה־לעבן… עס איז דאָך װערט מיליאָנען.
אױ, װי גוט װאָלט געװען, װען יעדער אײנער װאָלט גענומען אין די הענט אַ שײנעם פֿלעדערװיש און כאָטש אײן מאָל אַ יאָר, עס זאָל זײַן ערבֿ־פּסח, אַ גוטן װיש געטאָן, כּדי בודק־חמץ זײַן אין די סאַמע זאַטישנע װינקלעך פֿון דער נשמה. װײַל, װוּ האָט איר געזען אַ מענטשן אָן אַ גאַל? און װען די גאַל גיט אַ זעץ אין קאָפּ און אין האַרץ אַרײַן, װערט דער מענטש פֿון טריף־חמצדיק ביז װילד־משוגע. אמת, די ייִדן זאָגן אױף אַ זײער גוטן מענטשן — ער האָט אין זיך קײן גאַל ניט. אָבער, דאָס איז דאָך נעענטער צו אַ חלום. עס איז אַ מין האָפֿענונג, אַ גײַסטלעכער אַדרױף.
און אָט, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, פֿאַר װאָס זאָל איך ניט אַ װיש טאָן איבער דער נשמה און פֿאַר װאָס זאָל איך ניט אױסקערן פֿון דאָרטן דעם פֿאַרעלטערטן חמץ — דעם בײזן זכּרון, די קינאה־שׂינאה, די שלעכטע כּװנות און די ביטערע גאַל?… פֿאַר װאָס זאָל איך ערבֿ־פּסח ניט דערמאָנען אַ פּאָר װױלע ייִדן, װעלכע האָבן אױפֿגעפּראַלט די טױערן פֿון זײערע נשמות און אױסגעכאָװעט די הײַנטצײַטיקע ייִדישע ייִדישיסטן, סײַ אין ארץ און סײַ אין די תּפֿוצות?
מיט פֿינף און דרײַסיק יאָר צוריק האָט יצחק קאָרן, אונדז צו לאַנגע יאָרן, געגרינדעט דעם „װעלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟. קײן גרױסער שרײַבער אָדער װיסנשאַפֿטלער איז ער ניט געװען, אָבער ניט יעדער באַרימטער פּראָפֿעסאָר פֿון קולטוראָלאָגיע האָט אַזױ געטרײַ געדינט דער ייִדישער קולטור און געהאַט אַזעלכע באַזונדערע פֿעיִקײטן אין מאָביליזירן כּוחות, מענטשן און מיטלען, כּדי אױפֿצושטעלן אַ ייִדישע אינסטיטוציע, צו אָרגאַניזירן ייִדישע סעמינאַרן און פֿאַרעפֿנטלעכן ייִדישע ביכער. הײַנט האָט מען שױן פֿאַרגעסן, אַז דװקא יצחק קאָרן איז געװען דער „טאַטע‟ און דער פֿאָרזיצער פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן קאָמיטעט בײַם אַרױסלאָזן די ביכער־סעריע „ייִדישע ליטעראַטור‟. אין דער רעדאַקציע־קאָלעגיע זײַנען געזעסן אַבֿרהם סוצקעװער, דבֿ סדן, חנא שמערוק און חװה טורניאַנסקי. דער סעקרעטאַר פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע איז געװען דער דעמאָלט יונגער װיסנשאַפֿטלער אַבֿרהם נאָװערשטערן. און דאָס, װאָס די „ייִדישע װערק‟ פֿון ש”י עגנון האָבן דערזען די ליכטיקע שײַן, איז אױך אַ דאַנק די אָרגאַניזאַציאָנעלע און פֿינאַנציעלע פֿעיִקײטן פֿון יצחק קאָרנען. דבֿ סדנס אַרײַנפֿיר צו ש”י עגנונס „ייִדישע װערק‟ איז אַ זעלטענער מוסטער פֿון דער ייִדישער װיסנשאַפֿטלעכער חכמה און, לױט מײַן מײנונג, אַ דימענט אין דער גרױער הרודע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־קריטיק.
אין מיטן די אַכציקער יאָרן, נאָך זײַענדיק אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, בין איך געװאָרן אַ מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיװע פֿונעם „װעלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟, און איך בין אַ לעבעדיקער עדות, װיפֿל כּוח האָט אַװעקגעלײגט יצחק קאָרן, כּדי צו העלפֿן מיר גרינדן אַ ייִדישע ביבליאָטעק אין בעלץ. בײַ יעדער מעגלעכקײט, לעגאַל און אומלעגאַל, פֿלעגט ער שיקן אונדז ביכער, סײַ מיט דער פּאָסט און סײַ מיט די שליחים פֿון ישׂראל און פֿון די תּפֿוצות. גלײַך נאָך מײַן עולה זײַן קײן ישׂראל בין איך געװאָרן יצחק קאָרנס באַהעלפֿער, און יעדן אינדערפֿרי געזעסן מיט אים און געאַרבעט. ליידער, צו יענער צײַט איז ער שױן געװען ניט געזונט. איך װײס ניט װי אַנדערע, נאָר איך האָב זײער געליטן, װען אין משך פֿון אײן אַרבעטסטאָג פֿלעג איך בײַ אים װערן משה, מענדל, מרדכי און אַפֿילו שמואל. ער האָט ניט געדענקט נעמען און פּרטים, נאָר ביזן לעצטן מאָמענט געקעמפֿט פֿאַר זײַנע גראַנדיעזע פּלענער צו פֿאַרשפּרײטן ייִדיש און די ייִדישע קולטור אין יעדן װינקל פֿון דער װעלט, און איבערהױפּט אין די מיזרח־אײראָפּעיִשע לענדער.
הײַנט איז קלאָר, אַז װען ניט די מסירת־נפֿשדיקע טעטיקײט פֿון אַ קלײנער גרופּע ישׂראלדיקע ייִדיש־טוערס, איך מײן — יצחק קאָרן, פּראָפֿעסאָר גרשון װײַנער, דר’ שמואל עצמון־װירצער, אַבֿרהם סוצקעװער, פּראָפֿעסאָר דבֿ נױ און מרדכי צאַנין — װאָלט די ייִדיש־װעלט אין מדינת־ישׂראל אונטערגעגאַנגען נאָך מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק. מע קען האָבן פֿאַרשײדענע און אַפֿילו קעגנזײַטיקע דעות, נאָר אַז מיר קוקן זיך גוט אַרײַן אין דער רשימה פֿון די הײַנטצײַטיקע אַקטיװע באַאַמטע אין כּמעט אַלע ייִדישע אינסטיטוציעס פֿון מדינת־ישׂראל, איז שװער צו געפֿינען עמעצן, װאָס זאָל ניט האָבן געווען פּראָפֿעסאָר װײַנערס אַ תּלמיד. פֿון װאַנען אָט דער־אָ קאָנסערװאַטיװער רבי האָט געשעפּט כּוחות װײס איך ניט, נאָר הלװאַי װאָלטן די הײַנטיקע ייִדישע תּלמידים געהאַט נאָך אַזאַ „פֿאָטער‟, װי פּראָפֿעסאָר װײַנער, װאָלטן די ייִדישע קולטור־טוערס ניט געפֿילט זיך אַזױ פֿאַריתומט. איך רעד שױן ניט, אַז די ייִדיש־קאַטעדרע אױף רענאַ קאָסטאַס נאָמען אין בר־אילן־אוניװערסיטעט, װעלכע ער האָט געגרינדעט, איז געװען די אײנציקע, װוּ ייִדיש האָט מען געלערנט טאַקע אױף ייִדיש.
די אומרו פֿונעם פּראָפֿעסאָר װײַנער האָט ניט געהאַט קײן גרענעץ. אים איז געװען ניט גענוג אָנצופֿירן מיט דער אוניװערסיטעט־קאַטעדרע, מיטן „װעלטראַט פֿאַר ייִדיש‟ און מיט די יערלעכע ייִדיש־סעמינאַרן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין מיטן די נײַנציקער יאָרן האָט ער געגרינדעט אַ „צענטער פֿאַר פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור‟ אינעם תּל־אָבֿיבֿער „סעמינריון לװינסקי‟. דער צענטער האָט זיך מתעסק געװען מיט צוגרײטן ייִדיש־לערערס און ־לעקטאָרן. דער צענטער, אָבער, האָט אָפּגעלעבט אַ קורצן לעבן, נאָר צװײ יאָר צײַט. און אָט, כּמעט מיט צען יאָר שפּעטער, האָט פּראָפֿעסאָר װײַנערס אַ תּלמיד, ד״ר מרדכי יושקאָװסקי (הײַנט — דער אינספּעקטאָר פֿאַר ייִדישע לימודים אין בילדונגס־מיניסטעריום) װידער געשטעלט דעם „צענטער פֿאַר פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור‟, דאָס מאָל — אױף מאַקס און טאָבי פֿרידלאַנדס נאָמען, אונדז צו לאַנגע יאָרן. ניצול־געװאָרענע פֿון אױשװיץ, האָבן מאַקס און טאָבי איבערגעלאָזט בירושה אַ װאָגיקע סומע, װעלכע האָט דערלױבט ווידער צו שטעלן דעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים אין אײנעם פֿון די בכּבֿודיקסטע פּעדאַגאָגישע אינסטיטוטן פֿון מדינת־ישׂראל.
עס זײַנען פֿאַרבײַ פֿינף־און־צװאַנציק יאָר זינט פּראָפֿעסאָר װײַנער און יצחק קאָרן האָבן אָנגעהױבן זײערע ייִדישע סעמינאַרן אין מיזרח־אײראָפּע. בײדע זײַנען שױן װײַט אָפּגעשײדט פֿון אונדז, נאָר זײער געטרײַשאַפֿט דער ייִדישער קולטור און אַ װיזיאָנעריש עקשנות בנוגע די יורשים, האָט באַװיזן די גערעכטיקײט פֿון זײערע גוטע כּװנות. און װי גוט װאָלט געװען, װען אונדזערע ייִדישע קולטור־טוערס װאָלטן כאָטש אײן מאָל אין יאָר אַװעקגעלײגט אין דער זײַט די נאַרישע מחלוקתן און זיך אַװעקגעזעצט צום אַרבעטסטיש און שטילערהײט, כּאילו נאָר פֿאַר זיך אַלײן, זיך אָפּגעזאָגט פֿון גאַל־חמץ און פֿון רכילות־קינאות, װעלכער מאַכט חרובֿ סײַ דעם מענטשן גופֿא און סײַ אונדזער אַלטע קולטור — כּל חמירָא וַחמיעָא, דער גאַנצער חמץ, זױערס און געזײַערטס, דְאכָּא ברשותי, װעלכע איך פֿאַרמאָג, דַחזתּה וּדלָא דחזתּה, װעלכע איך האָב געפֿונען און ניט געפֿונען, דחמתּה וּדלא דחמתּה, װאָס כ’האָב יאָ באַמערקט און װאָס כ’האָב ניט באַמערקט, דבֿערתּה וּדלא בערתּה, פֿון װעלכע כ’בין פּטור געװאָרן און פֿון װעלכע כ’בין ניט פּטור געװאָרן, לבטל ולהוי הפֿקר כּעַפֿרָא דְאַרעָא, אַ כּפּרה זאָלן זײ װערן, אױף הפֿקר־פּעטרעשקע זאָלן זײ בלײַבן, נאָר אַזױ װי אַש און פּאָרעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.