לויט דער מעלבורנער טאָגצײַטונג „איידזש‟, האָט דער ישיבֿה-קאָלעדזש באַקומען אַ קאָנפֿידענציעלע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם, ווי אַזוי די שיל האָט באַהאַלטן די באַשולדיקונגען אין סעקסועלע מיסברויכן, וואָס זײַנען געמאַכט געוואָרן אין יאָר 2012. די אינפֿאָרמאַציע האָט דערקלערט, ווער עס האָט געבראַכט די באַשולדיקונג אין פּאָליציי.
די צײַטונג זאָגט, אַז איינער וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער ישיבֿה, האָט צעטיילט קאָפּיעס פֿון דעם אָריגינעלן בריוו מיטן נאָמען פֿונעם מחבר, זײַן אַדרעס און זײַן טעלעפֿאָן־נומער דעם פֿאָריקן שבת אין אַ מעלבורנער שיל. דער וואָס ס‘האָט צעטיילט די קאָפּיעס פֿונעם בריוו, האָט נישט געוואָלט רעדן מיט דער פּרעסע.
די פּאָליציי איז נישט זיכער, ווי אַזוי דער אָריגינעלער טעקסט פֿון דער באַשולדיקונג איז איבערגעגעבן געוואָרן צו די פֿרײַנד פֿונעם ישיבֿה-קאָלעדזש. אַ קאָפּיע דערפֿון איז יאָ געשיקט געוואָרן צום שטאַטישן דערציִונגס-מיניסטעריום. פֿאָרשטייער פֿונעם מיניסטעריום זאָגן, אַז זיי ווייסן אויך נישט, ווי אַזוי די אינפֿאָרמאַציע איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן. לויט דעם נײַעם שטאַטישן געזעץ, באַגייט אַ פֿאַרברעכן יעדער, וואָס ווייסט וועגן אַזעלכע פֿאַרברעכנס און מעלדעט נישט וועגן דעם אין פּאָליציי.
די לאָדזשער לאַנדסמאַנשאַפֿט אין מעלבורן האָט אַנטהילט אַ נײַעם מאָנומענט לזכּרון די קדושים פֿון דער לאָדזשער געטאָ אויפֿן „ספּרינגווייל־בית-עולם‟ אין חודש אַפּריל.
דער דענקמאָל איז געשאַפֿן געוואָרן פֿונעם מעלבורנער סקולפּטאָר ענדרו ראָדזשערס. עטלעכע לאַנדסמאַנשאַפֿטן האָבן געבויט דענקמעלער אויפֿן אָרט פֿונעם „ספּרינגווייל־בית-עולם‟ במשך פֿון די יאָרן, ווי אויך אַ מאָנומענט אין אָנדענק פֿון די, וועלכע זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן אין לאַגער אוישוויץ.
דער אַמעריקאַנער ייִד דזשאָנאַטאַן פּאָלאַרד האָט געאַרבעט בײַם אַמעריקאַנער פֿלאָט ווי אַ ציווילער אַנאַליטיקער, איידער ער איז אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר שפּיאָנירן לטובֿת מדינת־ישׂראל מיט העכער 28 יאָר צוריק. דער געריכט האָט אים פֿאַרמישפּט צו אַ לעבנס-לאַנגער תּפֿיסה. צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקע, אַז אַן אַמעריקאַנער בירגער זאָל באַקומען אַזאַ האַרבן שטראָף פֿאַר שפּיאָנירן לטובֿת אַן אַליִיִרט לאַנד.
גרופּעס אין אַמעריקע און אין מדינת־ישׂראל פֿאָדערן שוין פֿון לאַנג, אַז פּאָלאַרד זאָל באַפֿרײַט ווערן; לעצטנס, האָט זיך אויך געשאַפֿן אַזאַ גרופּע אין אויסטראַליע. די גרופּע הייסט „דער אויסטראַלישער קאָמיטעט לטובֿת פּאָלאַרדס באַפֿרײַונג‟. די מיטגלידער האָפֿן, אַז פּאָלאַרד וועט באַפֿרײַט ווערן במשך פֿונעם קומענדיקן יאָר.
דער געוועזענער אויסטראַלישער פּאָליטיקער און אָנטיילנעמער אין אַ סופּער-מאַראַטאָן־געיעג, פּעט פֿאַרמער, וועט לויפֿן 1600 קילאָמעטער פֿון לבֿנון ביז מדינת־ישראל אין חודש מײַ, לטובֿת די מעגלעכקייטן פֿון שלום אין מיטעלן מיזרח.
פֿאַרמער וועט לויפֿן דורך די לענדער: לבֿנון, יאָרדאַניע, דעם מערבֿ־ברעג און ישׂראל. ער וועט ענדיקן זײַן אַקציע אין דער שטאָט ירושלים. קינדער און דערוואַקסענע וועלן מיטלויפֿן מיט אים אַ טייל פֿונעם וועג. פֿאַרמער זאָגט, אַז ער האָפֿט, אַז די מלוכה־לײַט פֿון די לענדער, דורך וועלכע ער וועט לויפֿן, וועלן באַמיִען זיך צו שליסן אַ שלום, פּונקט ווי ער באַמיט זיך צו לויפֿן די 1600 קילאָמעטער. ער זאָגט, אַז זײַן צוואַנציק־טאָגיקער אַקציע וועט ווײַזן דער וועלט, ווי שיין עס זײַנען די לענדער פֿון מיטעלן מיזרח.
פֿאַרמער איז שוין געלאָפֿן פֿונעם צפֿונדיקן ביזן דרומדיקן פּאָלוס אינעם יאָר 2012. ער האָט גערופֿן אַנדערע לויפֿער צו לויפֿן מאַראַטאָנען און צו ווידמען זיי דעם שלום־פּראָצעס.
די „פּאָסער־שטודיע וועגן קראָנס קראַנקהייט‟ איז באַערט געוואָרן אין קאָפּענהאַגען אויף אַ קאָנפֿערענץ וועגן געדערים־קראַנקייטן. די שטודיע איז צוגעגרייט געוואָרן אין אויסטראַליע און נײַ-זילאַנד, וווּ די מיטאַרבעטער פֿון זיבעצן שפּיטעלער האָבן אויסגעפֿאָרשט דער קראָנס קראַנקהייט. העכער פֿינף און זיבעציק אויסטראַליער לײַדן פֿון קראָנס קראַנקהייט, צווישן זיי פֿיל אַשכּנזישע ייִדן. די „פּאָסער־שטודיע‟ פֿאָדערט, אַז די דאָקטוירים זאָלן האָבן אַ נײַעם צוגאַנג צום היילן די פּאַציענטן פֿון דער קראַנקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.