„באָריס דאָרפֿמאַן: אַ מענטש‟ — אַ נײַער ייִדישער פֿילם

„Boris Dorfman: A Mentsh‟ A New Yiddish Film

באָריס דאָרפֿמאַן בײַם דענקמאָל אין רודנאָ, לעבן לעמבערג
באָריס דאָרפֿמאַן בײַם דענקמאָל אין רודנאָ, לעבן לעמבערג

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 15, 2014, issue of May 09, 2014.

אין אַ רירנדיקער סצענע פֿונעם נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם „באָריס דאָרפֿמאַן: אַ מענטש‟, שטייט דער 90־יאָריקער דאָרפֿמאַן אין אַ וואַלד הינטער רודנאָ, אַ שטעטל לעבן לעמבערג, אויפֿן אָרט, וווּ די דײַטשן האָבן אויסגעהרגעט די סאַמע לעצטע ייִדן פֿון לעמבערגער געטאָ אין יוני 1943. לעבן אַ דענקמאָל, וואָס ער האָט געהאָלפֿן אויפֿצושטעלן אין 2008, ווענדט דאָרפֿמאַן זיך צו די דערשאָסענע ייִדן אויף ייִדיש, אַז ער איז געקומען ניט אַליין, נאָר מיט מענטשן, וועלכע וועלן העלפֿן צו דערציילן וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעמבערג און דער טראַגעדיע, וואָס איז דאָ געשען. דערנאָך בעט ער די טויטע, זיי זאָלן רויִק שלאָפֿן, און די צוקוקער פֿונעם פֿילם — זיי זאָלן געדענקען די לעמבערגער ייִדן.

פֿאַר אוּווע פֿאָן זעלטמאַן, וועלכער האָט רעזשיסירט דעם פֿילם, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי גאַבריעלאַ, איז דאָס געווען אַ הייליקער מאָמענט. אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟ האָט פֿאָן זעלטמאַן דערקלערט, אַז ער האָט זיך צום ערשטן מאָל באַגעגנט מיט באָריס דאָרפֿמאַן אין 2001, בשעתן באַזוכן לעמבערג צוליב אַ לאַנג־יאָריקן אינטערעס צו דער קולטור פֿון גאַליציע און בוקאָווינע. צו יענער צײַט, האָט פֿאָן זעלטמאַן דערקלערט, האָט באָריס דאָרפֿמאַן אָנגעפֿירט מיט טוריסטן־טורן איבער די ערטער, פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער ירושה אין שטאָט.

„דעמאָלט, אין 2001, האָט לעמבערג נאָך אַלץ אויסגעזען זייער סאָוועטיש. ניט געקוקט אויף דעם, אָבער, האָב איך געקענט דערשפּירן, אַז די שטאָט איז געווען אַנדערש פֿון אַנדערע שטעט אין אוקראַיִנע, צוליב די עסטרײַכישע השפּעות אין אַרכיטעקטור, ווי אויך די השפּעות פֿון פּוילן. איך בין פֿאַרליבט געוואָרן אין לעמבערג און דעם ראַיאָן, ווי אויך אין דער ייִדישער שפּראַך. איך האָב געקענט דעם שרײַבער יוסף בורג, וואָס איז געווען אַ חבֿר פֿון באָריסן. בורג האָט אים גערופֿן ‘אַ מענטש’. פֿון דעם איז געקומען דער טיטל פֿונעם פֿילם‟.

בעת די לעצטע 14 יאָר איז פֿאָן זעלטמאַן געפֿאָרן קיין לעמבערג אַ פּאָר מאָל אַ יאָר, און בעת זײַנע רײַזעס שטענדיק זיך געטראָפֿן מיט באָריס דאָרפֿמאַנען. אַזוי האָט ער זיך דערוווּסט וועגן זײַן געשיכטע.
אַ געבוירענער אינעם שטעטל קאַגול, בעסעראַביע, האָט באָריס דאָרפֿמאַן איבערגעלעבט די מלחמה אין סיביר, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ קוילן־גראָבער. אין 1950 האָט ער זיך באַזעצט אין לעמבערג. אַן אינזשעניר פֿון פֿאַך, פֿלעגט ער אויך שרײַבן נאָטיצן אויף רוסיש, אוקראַיִניש און ייִדיש. ער, צוזאַמען מיטן שרײַבער אַלכּסדנדר ליזער, איז געווען אַ מיטגרינדער פֿון דער לעמבערגער ייִדישער צײַטונג „שופֿר‟ און האָט אויך געשריבן פֿאַרן „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. נאָכן אונטערגאַנג פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דאָרפֿמאַן געוואָרן אַן אַקטיווער כּלל־טוער לטובֿת די אינטערעסן פֿון דער ייִדישער קהילה; געלערנט אין ייִדישע שולן, און געהאַלטן אַן אויג אויף די ייִדישע קבֿרים און דענקמאָלן אין שטאָט און אומגעגנט.

צוליב דעם וואָס באָריס דאָרפֿמאַן איז דער עלטסטער לעמבערגער ייִד און דער לעצטער דאָרטיקער ייִדיש־רעדער, האָבן אוּווע און גאַבריעלאַ פֿאָן זעלטמאַן שוין יאָרן לאַנג געהאַלטן, אַז ס׳איז כּדאַי צו מאַכן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן אים. זיי האָבן פֿריִער געמאַכט אַ פּאָר קורצע ווידעאָס פֿון אים מיט זייערע קלוגע־טעלעפֿאָנען (בל׳׳עז סמאַרטפֿאָונס), אָבער זיי האָבן, סוף־כּל־סוף, באַשלאָסן אַז די פֿילמען טויגן ניט צוליב זייער נידעריקער קוואַליטעט. אין סעפּטעמבער, 2013, איז דאָס פּאָרל געווען אין לעמבערג אויפֿן יערלעכן קלעזמער־פֿעסטיוואַל „קלעזפֿעסט‟, ווען בעטיאַ דאָרפֿמאַן, די פֿרוי פֿון באָריסן, האָט זיי געזאָגט, אַז זי זאָרגט זיך וועגן איר מאַן, ווײַל נאָכן ווערן 90 יאָר אַלט האָט ער אָנגעהויבן פֿילן, אַז קיינער וועט ווײַטער ניט אָנגיין מיט זײַן אַרבעט לטובֿת ייִדישקייט, און אַז אַלץ, וואָס ער האָט שוין געהאַט דערגרייכט אויף דעם געביט, איז אומזיסט. „דערפֿאַר האָבן מיר צו יענער צײַט באַשלאָסן, אַז מיר דאַרפֿן גלײַך אָנהייבן מאַכן דעם פֿילם‟, האָט אוּווע פֿאָן זעלטמאַן דערקלערט.

בסך־הכּל האָט מען פֿילמירט בלויז אַכט טעג; פֿון אָנהייב אָן האָט אוּווע שוין געהאַט באַשלאָסן, אַז ער וויל, אַז ניט בלויז דער דיאַלאָג אינעם פֿילם זאָל זײַן אויף ייִדיש, נאָר אַז ס׳זאָל זײַן אַ „ראַדיקאַלער ייִדישער פֿילם‟. „דער געדאַנק איז געווען, אַז איינער וואָס רעדט קיין אַנדער שפּראַך ניט, אַחוץ ייִדיש, זאָל קענען פֿאַרשטיין אַלצדינג אינעם פֿילם. איז, אַז מע רעדט רוסיש, באַווײַזן זיך ייִדישע אונטערקעפּלעך; אויך די ׳קרעדיטן׳ און געשריבענע דערקלערונגען זענען אָנגעשריבן אויף ייִדיש. ס׳איז ניט געווען גרינג, אָבער מיר האָבן מצליח געווען‟.

דאָס וואָס אוּווע פֿאָן זעלטמאַן האָט באַשלאָסן צו מאַכן אַזאַ „ראַדיקאַלן‟ ייִדישן פֿילם, איז ניט געווען סתּם אויף טשיקאַוועס, נאָר אַ בכּיוונדיקער באַשלוס, וואָס קומט ווי אַ רעזולטאַט פֿון זײַנע סתּירותדיקע וואָרצלען. געבוירן געוואָרן איז ער אין מערבֿ־דײַטשלאַנד אין 1964. זײַן ראָמאַן מיט ייִדיש האָט זיך אָנגעהויבן, ווען ער איז געווען 15 אָדער 16 יאָר אַלט און האָט געהערט זינגען ייִדישע לידער. קיין אַנדערע פֿאַרבינדונגען צו דער שפּראַך אָדער קולטור האָט ער ניט געהאַט.

ער האָט געוווּסט, אַז זײַן פֿאָטער איז געווען אַ דײַטשישער יתום, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קראָקע, אָבער מער פֿון דעם האָט קיינער אים ניט געזאָגט. צוליב זײַן פֿאָטערס פֿאַרבינדונג צו קראָקע, איז ער געווען פֿאַרליבט אין דער שטאָט.

אין 1999, נאָך דעם ווי ער האָט זיך געטראָפֿן מיט אַן אַלטן ענגלישן ייִד אין אַ קראָקעווער שיל, האָט ער באַלד אַנטדעקט, אַז זײַן זיידע, דער פֿאָטער פֿון זײַן פֿאָטער, איז געווען אַ הויך־ראַנגיקער אָפֿיציר אינעם „עס עס‟, וואָס האָט געאַרבעט מיט הײַנריך הימלער און איז אַקטיוו געווען אין קראָקע און לובלין, ווי אויך וואַרשע, וווּ ער האָט געהאָלפֿן אונטערצודריקן דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. נאָך דער מלחמה איז ער פֿאַרשוווּנדן געוואָרן; אַ פּנים, באַגאַנגען זעלבסטמאָרד נאָך דער דײַטשישער מפּלה.

נאָכן אַדורכלייענען די בריוו, וועלכע זײַן זיידע האָט געשריבן בעת זײַנע מערדערישע יאָרן אינעם „עס עס‟, האָט אוּווע אָנגעשריבן אַ בוך וועגן אים, און ווי אַזוי מע האָט ניט גערעדט פֿון אים אין דער משפּחה. דאָס בוך הייסט „אויב די פֿאַרברעכער וועלן ניט רעדן, וועלן דאַן רעדן זייערע אייניקלעך‟.

די רעזשיסאָרן אוּװע פֿאָן זעלטמאַן און גאַבריעלאַ זעלטמאַן
די רעזשיסאָרן אוּװע פֿאָן זעלטמאַן און גאַבריעלאַ זעלטמאַן

אין 2006, ווי אַ טייל פֿון אַ פּירסום־טורנע פֿאַרן בוך, איז ער געווען אויפֿן ייִדישן פֿעסטיוואַל אין קראָקע. ער איז געזעסן אַליין אין דעם „קאַפֿע זינגער‟, ווען אַ פֿרעמדע גרופּע האָט אים פֿאַרבעטן צום טיש. „איך האָב גערעדט מיט זיי אויף מײַן מאָדנעם געמיש פֿון אוקראַיִניש, ענגליש און פּויליש, און זיי דערציילט, אַז איך האָב אַ טייל פֿון מײַן בוך אָנגעשריבן אינעם זעלביקן ׳קאַפֿע זינגער׳. נאָך דעם וואָס איך האָב זיי דערקלערט וועגן וואָס עס האַנדלט זיך אינעם בוך, האָט אַ פֿרוי מיר געזאָגט, אַז מע האָט דערהרגעט איר זיידע אין אוישוויץ. מיר זענען געבליבן אין קאָנטאַקט און מיט אַ יאָר שפּעטער זענען מיר געוואָרן חתן־כּלה‟.

צוזאַמען האָבן אוּווע און זײַן פֿרוי גאַבריעלאַ אָנגעשריבן אַ בוך וועגן זייערע באַציִונגען און זייערע משפּחה־וואָרצלען. „איך האָב אויסגעפֿאָרשט דאָס לעבן פֿון מײַן זיידן, האָב איך אויך געדאַרפֿט אויספֿאָרשן דאָס לעבן פֿון מײַן פֿרויס זיידן‟, האָט ער דערקלערט. „אָבער נאָכן אַדורכאַרבעטן אונדזערע פּערזענלעכע געשיכטעס, זענען מיר פֿרײַ געווען צו אַרבעטן אויף אַנדערע פּראָיעקטן. און אַזוי אַרום זענען מיר געקומען צו דער אַרבעט איבערן פֿילם וועגן באָריס דאָרפֿמאַן‟.

ווי עס טרעפֿט זיך אָבער, שטאַמט אוּווע פֿאָן זעלטמאַן ניט בלויז פֿון אַ מערדער פֿון ייִדן, נאָר אויך טאַקע פֿון ייִדן פֿון ביידע משפּחה־זײַטן. „איין טייל פֿון דער משפּחה האָט זיך פֿון פֿריִער געשמדט געווען און האָט איבערגעלעבט די מלחמה. דער אַנדערער טייל איז אין גאַנצן אויסגעהרגעט געוואָרן אין אוישוויץ‟, האָט ער דערקלערט אין אַ בליצבריוו. וואָס שייך זײַן פֿאַרבינדונג צו ייִדישקייט, האָט ער געזאָגט, אַז „עס זעט מיר אויס, אַז עס שפּילט אַ ראָלע דער קבליסטישער באַגריף פֿונעם גילגול‟.

מיט ייִדיש, גיט אוּווע פֿאָן זעלטער צו, איז זײַן ראָמאַן נאָך ניט אויסגעשפּילט. ער און זײַן פֿרוי פּלאַנירן צו מאַכן נאָך צוויי דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן ייִדיש־רעדערס; דאָס מאָל אין ניו־יאָרק און תּל־אָבֿיבֿ. זיי האָבן זיך שוין געטראָפֿן מיט ייִדישיסטן אין תּל־אָבֿיבֿ און ווילן ווײַזן דעם מצבֿ פֿון דער שפּראַך בײַ די ייִדיש־רעדערס פֿון פֿאַרשידענע דורות.