אין מאָסקווע וווינט אַ נאָענטער קרובֿ און אַן אַלטער פֿרײַנד מײַנער. ס‘איז געווען אַ צײַט, ווען ער האָט געהאַט פֿאַרלאָזט רוסלאַנד און פֿאַרבראַכט אין אויסלאַנד אַ היפּש ביסל יאָרן, אָבער סוף-כּל-סוף איז מאָסקווע ווידער געוואָרן זײַן וווינאָרט; דאָרטן פֿירט ער געשעפֿטן, האָט חבֿרים, דאַרט רעדט מען זײַן מאַמע-לשון, רוסיש, און אַזוי ווײַטער.
אַזעלכע אײַנוווינער זײַנען הײַנט דאָ אַ סך אין דער רוסישער הויפּטשטאָט, וווּ אַ מענטש מיט געלט פֿילט זיך גאָר ניט שלעכט אָדער פּשוט גוט. אמת, פֿאַרן קרובֿ מײַנעם איז בעסער צו ניצן די פֿאַרגאַנגענע צײַט — ער האָט זיך געפֿילט גוט. איצט איז די דאָזיקע „גוטסקייט‟ צעטרייסלט געוואָרן. ער קלאָגט זיך, אַז דעם עולם אַרום אים, אַרײַנגערעכנט די גוטע באַקאַנטע זײַנע, האָט ממש אַרומגעכאַפּט אַ הייסער הוראַ-פּאַטריאָטיזם. עס דענערווירט אים, ווען ער הערט ווי מענטשן, בפֿרט קולטור-טוער, ייִדן בתוכם, צו וועלכע ער האָט זיך באַצויגן מיט טיפֿן דרך-ארץ, זײַנען אויך פֿאַרטשאַדעט געוואָרן מיט פּוטיניזם.
וולאַדימיר פּוטין פֿאַרקערפּערט טאַקע דאָס הײַנטיקע רוסלאַנד. וואָס ווײַטער ווערט אַלץ קלאָרער, אַז ער שטעלט מיט זיך פֿאָר ניט פּשוט דעם סאָרט דיקטאַטאָרן, וואָס אוזורפּירן די מאַכט און טוען וואָס זיי גלוסט זיך צו טאָן; ניין, די הויפּט-צרה איז, אַז ער איז דער מענטש, וועלכן די רוסן ווילן זען ווי זייער פֿירער. בלויז אַ קליינער חלק פֿון דער באַפֿעלקערונג האַלט ניט פֿון אים אָדער קען אים ניט פֿאַרטראָגן. און די דאָזיקע באַציִונג צו דעם דאָזיקן פֿאַרזעעניש ווײַזט זייער קלאָר אַרויס דעם צושטאַנד, אין וועלכן עס געפֿינט זיך הײַנט דאָס רוסישע פֿאָלק, וואָס איז דאָך אַ פּראָדוקט פֿון אַ ווילדן סאָציאַלן עקספּערימענט, געפֿירט זינט 1917.
אין די יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע האָט רוסלאַנד פֿאַרלוירן מיליאָנען הויך-געבילדעטע לײַט. זיי, די סמעטענע פֿון דער אַלטער געזעלשאַפֿט, זײַנען אָדער אומגעקומען, אָדער האָבן עמיגרירט. דערנאָך האָט מען גענומען „רייניקן‟ די פֿאַרבליבענע. די סאָוועטישע רעפּרעסיעס האָבן אָפֿט מאָל קיין סך לאָגיק ניט געהאַט, אָבער זייער ציל איז געווען קלאָר: פּטור צו ווערן פֿון אומאָפּהענגיק טראַכטנדיקע מענטשן. דאָס האָט געקענט זײַן אַ טיכטיקער פּויער, אַן אינטעליגענט, אַ גלויביקער, וכדומה. פֿאַר מיליאָנען אַזעלכע מענטשן איז קיין אָרט אין דער סאָוועטישער סיסטעם אָדער אין גאַנצן ניט געווען, אָדער מע האָט עס איבערגעלאָזט נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער. די סאָוועטישע מאַכט האָט קולטיווירט הכנעהדיקע מענטשן, אַזעלכע וואָס האַלטן פֿון אַ „שטרענגער האַנט‟ און האָבן שרעקלעך פֿײַנט אַלע ניט-אַזעלכע-ווי-זיי מענטשן.
די רעזולטאַטן פֿון דעם דאָזיקן מאַסן-עקספּערימענט זעען מיר איצט: פּוטיניזם — די הײַנטיקע מאָדיפֿיקאַציע פֿון דער סאָוועטישער סיסטעם — איז דעם עולם צום האַרצן. דאָס מאַטעריעלע לעבן איז געוואָרן בעסער, אָבער אידעאָלאָגיש בלײַבט עס, אין תּוך אַרײַן, זייער געמיטלעך-סאָוועטיש. פֿון דעם שטאַמט די שׂינאה צו אַמעריקע און אַנדערע מערבֿדיקע לענדער. פֿון מערבֿ גייט דאָך עפּעס אַ שטראָם, וועלכער דערלויבט די מענטשן צו טראַכטן אומאָפּהענגיק און אַפֿילו זיך אויפֿפֿירן אומאָפּהענגיק. דער סאָוועטישער, און איצט רוסישער, יחיד דאַרף עס ניט. דאָס שרעקט אים. אים ציט דאָך צוריק, צו דער סאָוועטישקייט, וווּ אַלץ איז געווען בינאַר קלאָר: איינס אָדער נול, גוט אָדער שלעכט, ריכטיק צי ניט-ריכטיק.
רוסלאַנד איז הײַנט געפֿערלעך ניט נאָר, ווײַל דאָס לאַנד ווערט געפֿירט דורך פּוטינען. רוסלאַנד איז הײַנט געפֿערלעך, ווײַל דאָס פֿאָלק אַליין איז געפֿערלעך. דאָס פֿאָלק, די מערהייט לכל-הפּחות, וויל צוריק צו די צײַטן, ווען מע האָט געציטערט פֿאַר רוסלאַנד און געהאַט דרך-ארץ פֿאַרן רוסישן באַלעט און פֿאַר דערגרייכונגען אין קאָסמאָס. ניט צופֿעליק האָט דאָך פֿאַראַכטאָגן איינער פֿון פּוטינס סבֿיבֿה צוגעזאָגט דעם פֿאָלק, אַז אין יאָר 2030 וועט מען האָבן אויף דער לבֿנה אַ באַפֿעלקערטע רוסישע סטאַנציע. אַזעלכע גראַנדיעזע זאַכן האָט דאָס פֿאָלק ליב, אַפֿילו אויב דאָס וועט מיינען צו לעבן ערגער, אַבי צו ווײַזן די אַמעריקאַנער, וואָס אַ רוסישער מענטש קען אויפֿטאָן!
אין אוקראַיִנע קומט איצט פֿאָר אַ קאָנפֿליקט צווישן דעם סאָוועטישן נוסח פֿון טראַכטן, וואָס ציט צוריק, און דעם נוסח פֿון טראַכטן, וואָס רופֿט פֿאָרויס. ס‘איז קיין חידוש ניט, אַז פֿאָרויס שלעפּן, דער עיקר, די מערבֿ-אוקראַיִנער. דאָרטן איז דער סאָוועטישער עקספּערימענט געווען קירצער. זיי, ווי אויך די באַלטישע פֿעלקער און די מאָלדאָוואַנער, האָבן דורכגעלאָזט די 1920ער און 1930 ער יאָרן. דערצו קוקן זיי ניט שוין אַ פֿערטל יאָרהונדערט די רוסישע טעלעוויזיע, וועלכע פֿירט ווײַטער דעם סאָוועטישן עקספּערימענט. הקיצור, די רייד גייט וועגן אַ קאָנפֿליקט פֿון צוויי ציוויליזאַציעס — דער סאָוועטישער און דער מערבֿדיקער. דאָס הייסט, אַז דער מצבֿ איז בערך אַזאַ ווי אין די יאָרן פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟.
די צרה איז, אַז די מלחמה ווערט פֿון טאָג צו טאָג אַלץ הייסער און אַלץ געפֿערלעכער; און מע דאַרף זיך ניט נאַרן: דאָס איז אַ מלחמה (איך האָף, אַז זי וועט בלײַבן אַ „קאַלטע‟) ניט נאָר מיט פּוטינס רעזשים. דאָס איז אַ מלחמה מיטן גרעסטן טייל פֿונעם רוסישן פֿאָלק, וואָס איז איצט אַזאַ, ווי מע האָט עס קאָנסטרויִרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.