אין 2013 האָט אַ יונגער סאָלדאַט אין צה״ל, בעת אַ קורס אויסצושולן נײַע אָפֿיצירן, געצייכנט אין זײַן העפֿט אַ בילד פֿון היטלער. הגם ער האָט דאָרט אויך געצייכנט בן־גוריון, האַרי פּאָטער און מיקי מאַוס, האָט מען אים באַזײַטיקט פֿונעם קורס. בעת דעם יורידישן פֿאַרהער, האָט דער קאַדעט געפּרוּווט איבערצײַגן דעם עולם, אַז ער איז אומשולדיק: ער האָט זיי דערציילט, אַז בעת אַ וויזיט אין „יד־ושם‟, האָט ער אַפֿילו געוויינט. די קאָמאַנדירן האָבן אָבער געפּסקנט, אַז זײַנע מעשׂים „פּאַסן נישט פֿאַר אַן אָפֿיציר‟.
דאָס באַשטראָפֿן אַ סאָלדאַט פֿאַר אַזאַ נאַרישקייט האָט מיך שטאַרק אויפֿגעבראַכט. ס׳איז בלויז איין סימן פֿון דעם, וואָס אַ גאַנצער דור איז אויסגעוואַקסן דאָ אין ישׂראל מיט אַ קאָלעקטיוון שרעק, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק וועט אין גיכן פֿאַרטיליקט ווערן. ווען מע רעדט הײַנט וועגן איראַן, דערמאָנען מיר היטלער. ווען מע רעדט וועגן די פּאַלעסטינער, דערמאָנען מיר היטלער.
מאָדנע אָבער וואָס מיר פֿאַרגעסן אין גאַנצן וועגן היטלער, ווען עס רעדט זיך וועגן טאַקע העלפֿן די עלטערע ייִדן, וועלכע האָבן מיטגעמאַכט דעם חורבן. מיר קענען נישט געפֿינען די פּאָר שקל, וואָס זאָלן קאָנען גרינגער מאַכן די לעצטע עטלעכע יאָר פֿון יענעם דור.
אין 1988 האָט פּראָפֿ׳ יהודה אלקנה, אַ היסטאָריקער און אַליין אַ לעבן־געבליבענער פֿונעם חורבן, מיך געבעטן רעדאַגירן זײַן אַרטיקל, „פֿאַר וואָס איז עס די צײַט צו פֿאַרגעסן‟. אינעם אַרטיקל, וואָס איז שפּעטער אָפּגעדרוקט געוואָרן אין „האָרץ‟, האָט ער געשריבן: „איך זע נישט קיין גרעסערע סכּנה פֿאַר מדינת־ישׂראל ווי דאָס כּסדרדיקע איבערשרעקן דעם ישׂראלדיקן פּובליקום, אַז עס קאָן נאָך פֿאָרקומען אַ צווייטער חורבן קעגן די ייִדן. הײַנט פֿאַרשטיי איך אַליין דעם חסרון פֿון שיקן יעדעס ישׂראלדיק קינד אויף כּסדרדיקע וויזיטן אין ׳יד־ושם׳. וואָס האָבן מיר זיך געריכט, אַז די קינדער זאָלן זיך אָפּלערנען פֿון אַזוינע איבערלעבונגען?‟ איך האָב דעמאָלט זיך העפֿלעך אָפּגעזאָגט פֿון רעדאַגירן פּראָפֿ׳ אלקנהס אַרטיקל. „אפֿשר קענט איר זיך דערלויבן צו זאָגן אַזוינע זאַכן, אָבער איך — נישט,‟ האָב איך געטענהט.
איצט פֿאַרשטיי איך שוין, וואָס פּראָפֿ׳ אַלקנה האָט געמיינט צו זאָגן: גיט נאָר אַ קוק, וואָס ס׳איז געוואָרן פֿון דעם „חורבן־מענטאַליטעט‟ אין אונדזער געזעלשאַפֿט?! די פּאָליטישע עסטאַבלישמענט פֿאַרשפּרייט די מורא פֿאַרן חורבן אויף שריט און טריט. אָבער וואָס קענען מיר טאָן אויסצומײַדן דעם „שרעק־פֿעסטיוואַל‟? איין זאַך, זיכער: דער „פֿעסטיוואַל‟ דערגרייכט זײַן שפּיץ דורך די עקסקורסיעס פֿון מיטלשול־תּלמידים קיין אוישוויץ. זאָלן די יונגע לײַט און זייערע עלטערן דערקלערן: גענוג איז גענוג, מיר בויקאָטירן אוישוויץ!
אויב גענוג מענטשן וועלן דאָס טאָן, און מע וועט, סוף־כּל־סוף, אָפּשאַפֿן דעם „אוישוויץ־פֿעסטיוואַל‟, וועט איר קענען, במשך פֿון דער וואָך פֿון דער פּלאַנירטער עקסקורסיע, העלפֿן דער שארית־הפּליטה דאָ אין ישׂראל: פֿאַרריכטן זייערע אָרעמע וווינונגען; פֿאַרשטאָפּן די לעכער, וווּ עס רינט וואַסער בעת אַ רעגן; קאָכן זיי אַ מיטאָג. עס זענען הײַנט דאָ פֿאַרשידענע אָרגאַניזאַציעס, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַזוינע פּראָיעקטן. במשך פֿון דער וואָך וואָלט איר זיך דערוווּסט אַ סך מער ווי איר וואָלט זיך אויסגעלערנט אין אוישוויץ.
דאָס איז, חלילה, נישט קיין רוף צו פֿאַרגעסן דעם חורבן, נאָר גיכער צו געדענקען ווער איר זענט אַליין, וווּ איר וווינט, און אין וועלכער תּקופֿה. היטלער האָט דאָך געהאַט זײַן מפּלה מיט 69 יאָר צוריק; ס׳איז געקומען די צײַט, אַז מיר זאָלן אים אַליין באַזיגן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.