זונטיק, דעם 13טן אַפּריל, האָט אַ פֿאָרשטייער פֿון די ישׂראלדיקע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן, וועלכער האָט אַ שײַכות צו די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איבערגעגעבן דער צײַטונג „האָרץ‟, אַז במשך פֿון די לעצטע צוויי וואָכן האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג געוואָרנט די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, אַז די אָפֿענע קעגנערשאַפֿט קעגן דער רוסלענדישער אינוואַזיע אין אוקראַיִנע קאָן שאַטן די זיכערהייט־אינטערעסן פֿון ישׂראל.
די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע איז געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט זיך נישט באַטייליקט אינעם פֿאַרדאַמען רוסלאַנד פֿאַרן איבערנעמען דעם האַלב־אינדזל קרים. ווען די גענעראַלע אַסאַמבלעע בײַ דער „יו־ען‟ האָט געשטימט קעגן דער רוסלענדישער אינוואַזיע און פֿאַר דער טעריטאָריעלער גאַנצקייט פֿון אוקראַיִנע, מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן די ישׂראלדיקע פֿאָרשטייער אויסגעמיטן די דאָזיקע זיצונג. אַ הויך־ראַנגיקער באַאַמטער פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט איבערגעגעבן „האָרץ‟, אַז דאָס „ווײַסע הויז‟ איז געוואָרן צוליב דעם ממש אין כּעס.
די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט דערקלערט, אַז זי האָט נישט געוואָלט זיך אַרײַנמישן אינעם ענין, ווײַל זי וויל באַהאַנדלען די פּראָבלעם דורך הויך־ראַנגיקע דיפּלאָמאַטישע פֿאַרהאַנדלונגען סײַ מיט אוקראַיִנע, סײַ מיט רוסלאַנד. דער דערמאָנטער ישׂראלדיקער רעגירונג־פֿאָרשטייער — וואָס „האָרץ‟ האָט נישט אויסגעזאָגט זײַן נאָמען — האָט געזאָגט, אַז הגם דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס און מלוכה־דעפּאַרטאַמענט האָבן פֿאַרשטאַנען די כּוונות פֿון ישׂראל, איז דאָס „ווײַסע הויז‟ געבליבן אומצופֿרידן מיט די תּירוצים.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, זיך געטראָפֿן אין וואַשינגטאָן מיט דער אַמעריקאַנער עצה־געבערן פֿאַר די ענינים פֿון נאַציאָנאַלער זיכערהייט, סוזען רײַס. ליבערמאַן האָט געמאָלדן, אַז ישׂראל האָט זיך נישט באַטייליקט אין דער „יו־ען‟־זיצונג קעגן רוסלאַנד, ווײַל דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטעריום האָט דעמאָלט געשטרײַקט. דער מיניסטער האָט צוגעגעבן, אַז מיט דרײַ יאָר צוריק, צוליב אַן אַנדער שטרײַק, האָט דער דעמאָלטיקער פּרעזידענט פֿון רוסלאַנד, דמיטרי מעדוועדיעוו, געמוזט אין דער לעצטער מינוט אָפּשאַפֿן זײַן פּלאַנירטן וויזיט קיין ישׂראל; די רוסלענדישע רעגירונג איז אָבער נישט געווען צוליב דעם ברוגז.
רײַס האָט אויסגעהערט ליבערמאַנס תּירוץ, אָבער באַטאָנט, אַז די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע בלײַבט אומצופֿרידן דערמיט. אין זײַן שמועס מיט „האָרץ‟, האָט דער דערמאָנטער ישׂראלדיקער מלוכה־פֿאָרשטייער דערקלערט, אַז אויב ישׂראל וואָלט יאָ אָפּגעשטימט קעגן דער אינוואַזיע אין אוקראַיִנע, וואָלט עס געקאָנט שאַטן די באַציִונגען צווישן ישׂראל און רוסלאַנד, אָבער נישט געהאָלפֿן ממשותדיק דער פּאָזיציע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַדרבה, צוליב דעם, וואָס רוסלאַנד האָט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם און אויפֿן מצבֿ פֿונעם סירישן כעמישן אַרסענאַל, איז פֿאַר דער ישׂראלדיקער זיכערהייט דווקא וויכטיק אָנצוהאַלטן גוטע באַציִונגען מיט מאָסקווע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.