דעם 19טן אַפּריל מערקן מיר אָפּ דעם 71סטן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. דאָנערשטיק דעם 17טן אַפּריל, וועלן די אַקטיאָרן פֿון ייִדישן טעאַטער אויפֿטרעטן אין אַ פֿאָרשטעלונג, געווידמעט די קינסטלער פֿון דער געטאָ.
דער פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן איז מסתּמא דער באַרימסטער צווישן זיי, אַ דאַנק ראָמאַן פּאָלאַנסקיס ביאָגראַפֿישן פֿילם „דער פּיאַניסט‟. ווייניקער איז באַקאַנט דעם ייִדישן עולם וולאַדיסלאַוו שלענגעל, וואָס איז אומגעקומען טאַקע בשעתן אויפֿשטאַנד. די ענגלישע „וויקיפּעדיע‟, למשל, דערמאָנט אים אין גאַנצן נישט.
וולאַדיסלאַוו שלענגעל איז נישט אַזוי באַקאַנט אין דער ענגליש־רעדנדיקער ייִדישער וועלט מסתּמא ווײַל זײַן שפּראַך איז געווען פּויליש, נישט ייִדיש. פֿאַר דער מלחמה איז ער געווען איינער פֿון די פּאָפּולערסטע מחברים פֿון דער פּוילישער קליין־קונסט־בינע. גאַנץ פּוילן האָט געזונגען זײַנע לידער.
דאָס לעבן אין וואַרשעווער געטאָ האָט אין גאַנצן איבערגעאַנדערשט דעם יונגן פּאָעט. זײַנע געטאָ־טעקסטן ווערן איצט באַטראַכט ווי אַ חשובֿע שאַפֿונג פֿון דער חורבן־ליטעראַטור אויף פּויליש. אָט זענען אַ פּאָר שורות פֿון זײַן ליד „די קליינע סטאַנציע טרעבלינקע‟, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אין געטאָ, אין אַ ייִדישער איבערזעצונג:
און די סטאַנציע איז אַ קליינינקע
און עס וואַקסט דאָרט אַ קליינע כוינקע,
און דער אויפֿשריפֿט איז אַן איינפֿאַכער,
דאָס איז די סטאַנציע טרעבלינקע.
ניטאָ דאָרט קיין בופֿעט
קיין שאָקאָלאַד אָדער מאַנדאַרינקע,
קיין ביכער, אָדער צײַטונגס־קיאָסק
ניטאָ גאָרניט, בלויז טרעבלינקע.
ניטאָ קיין באַגאַזש־טרעגער
און קיין קאַסע איז ניט אין בליק,
פֿאַר אַ מיליאָן אַפֿילו איז
ניט צו קריגן, אַ בילעט אויף צוריק.
און נאָך פֿון גאָר אַלטע צײַטן,
מסתּמא נאָר פֿאַר אַ שפּאַס,
איז פֿאַרבליבן אַן אַלטע רעקלאַמע:
„קאָכט נאָר מיט גאַז!‟
פֿאַר די וואָס קענען נישט די פּוילישע הויפּט־שטאָט, לאָמיר דערמאַנען, אַז פֿון יענער זײַט ווײַסל געפֿינט זיך פּראַגאַ, אַ טייל פֿון וואַרשע, וואָס איז נישט חרובֿ געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער פּראַגער בית־עולם געפֿינט זיך אָבער אין אַן ערגערן מצבֿ, ווי דער בית־עולם אויף דער אָקאָפּאָווער גאַס אין מיטן דער שטאָט.
דער דאָזיקער כּמעט חרובֿער בית־עולם ווערט איצט רענאָווירט. די וואַרשעווער קהילה גיט אויף דער רענאָוואַציע־אַרבעט דרײַ מיליאָן זלאָטעס, אַן ערך אַ מיליאָן דאָלאַר. פֿון וואַנעט קומט דאָס געלט? דאָס געלט האָט די קהילה, אַ דאַנק אַ הסכּם מיט דער שטאָט וואַרשע. זי האָט מוותּר געווען אויף אַ שטיקל ערד אויף דער וואַוועלבערג־גאַס און באַקומען די דרײַ מיליאָן זלאָטעס ווי אַ מין פֿאַרגיטיקונג.
די אַרבעט וועט זיך אָנהייבן שוין אין חודש יוני. אַלע ביוראָקראַטישע פּראָצעדורן זענען שוין דערליידיקט געוואָרן. דער ייִדישער בית־עולם אין פּראַגאַ איז געוואָרן אַ נעסט פֿאַר אַלקאָהאָליסטן און קרימינעלע עלעמענטן. דער פּלויט איז נידעריק און ווער עס וויל, קען אַרײַנגיין. קיין שומרים זענען ניטאָ.
דער בית־עולם איז 234 יאָר אַלט. ער האָט געדינט דער וואַרשעווער קהילה ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה. די דײַטשן און נאָך דעם די פּאָליאַקן האָבן גענוצט די מצבֿות ווי בוי־מאַטעריאַלן.
אין 1945 האָט די נײַע קאָמוניסטישע מאַכט באַשלאָסן אַרויסצורײַסן אַלע מצבֿות און אויסזעצן אויף זייער אָרט ביימער. די פּוילישע מאַכט האָט געוואָלט פֿאַרוואַנדלען דעם בית־עולם אין אַ פּאַרק. אַ טייל פֿונעם בית־עולם זעט טאַקע אַזוי אויס.
אין יאָר 1980 האָט די פֿונדאַציע פֿון דער משפּחה ניסנבוים באַקומען דעם בית־עולם אין איר רשות. די פֿונדאַציע האָט געשטעלט אַ טויער און געמאַכט עטלעכע סטעזשקעס, אָבער דער בית־עולם איז געבליבן אין זייער אַ שלעכטן מצבֿ.
אין יאָר 2012 איז דער בית־עולם אַריבער אין רשות פֿון דער קהילה. די פֿירמע RENOWA וועט פֿירן די רענאָוואַציע־אַרבעט. דער הײַנטיקער שטח איז קלענער ווי דער פֿאַר־מלחמהדיקער בית־עולם. פֿון צײַט צו צײַט געפֿינט מען טאַקע מענטשלעכע ביינער אַרום דעם בית־עולם, ווי למשל, ווען מען האָט געגראָבן די ערד בשעת די פֿאַרשיידענע בוי־אַרבעטן אין דער געגנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.