עלען ליטמאַן האָט געחלומט צו ווערן אַ שרײַבערין, ווען זי האָט זיך נאָך געלערנט אין אַ מאָסקווער שול. דעמאָלט, אין די 1980ער יאָרן, איז אָבער געווען שווער פֿאַר אַ ייִד אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד צו מאַכן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבערישע קאַריערע, דערפֿאַר האָט זי באַשלאָסן צו ווערן אַ מאַטעמאַטיקער און זיך אויסצולערנען צו פּראָגראַמירן קאָמפּיוטערס.
אינעם יאָר 1992, האָט ליטמאַן אימיגרירט מיט איר משפּחה קיין פּיטסבורג, פּענסילוועניע. לעבנדיק אין אַמעריקע, האָט זי ווידער אָנגעהויבן חלומען וועגן שרײַבן. צוערשט, האָט זי מורא געהאַט, אַז זי וועט נישט קענען זיך אויסדריקן אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך. אינעם יאָר 2004, האָט זיך איר אָבער אײַנגעגעבן צו באַקומען אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם אין שעפֿעריש שרײַבן פֿונעם סיראַקוז־אוניווערסיטעט. מיט דרײַ יאָר שפּעטער, האָט זי אַרויסגעגעבן איר ערשט בוך, „די לעצטע הון אין אַמעריקע‟, וווּ עס ווערט דערציילט, ווי אַזוי אַ יונגע פֿרוי פֿון רוסלאַנד האָט געפּרוּווט זיך צו באַזעצן אין פּיטסבורג.
הײַנט אַרבעט ליטמאַן ווי אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָר אינעם קאָנעטיקעט־אוניווערסיטעט, וווּ זי פֿירט לעקציעס פֿון שרײַבערײַ און ענגליש. אין מאַרץ, האָט זי אַרויסגעגעבן איר צווייטן ראָמאַן, „מאַניקען־מיידל‟, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן אַ ייִדיש מיידל, קאַטיאַ, וואָס לערנט זיך אין אַ ספּעציעלן סאָוועטישער שול־אינטערנאַט פֿאַר קינדער, וואָס לײַדן פֿון סקאָליאָז, וווּ אירע טאַטע־מאַמע אַרבעטן ווי לערער. אינעם ראָמאַן ווערן אויך באַרירט די טעמעס פֿון טראַגישער ליבע און דעם באַהאַלטענעם אַנטיסעמיטיזם אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
די מחברטע האָט איבערגעגעבן דעם „Forward‟, אַז צוערשט האָט זי זיך געקליבן אָנצושרײַבן אַ בוך וועגן דער „פּערעסטרויקע‟־תּקופֿה. למעשׂה, האָט זיך אָבער באַקומען עפּעס אַנדערש, טיילווײַז באַגרינדעט אויף איר אייגן לעבן. ווי אַ קינד, האָט זי געליטן פֿון סקאָליאָז און זיך געלערנט אין אַ סבֿיבֿה, גאַנץ ענלעך צו דעם סיפּור־המעשׂה אינעם ראָמאַן. איר מאַמע איז דאָרטן טאַקע געווען אַ לערערקע. איר כאַראַקטער איז אָבער ווײַט נישט געווען אַזאַ בראַווער און ציל־געווענדטער, ווי בײַ דער העלדין פֿונעם בוך.
אינעם בוך ווערט דערציילט, אַז דאָס מיידל — קאַטיאַ — האָט זיך אָנגעהויבן אינטערעסירן מיט ייִדישקייט. ליטמאַן האָט דערקלערט, אַז ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן „די פּערעסטרויקע‟, האָבן די ייִדן באַקומען די מעגלעכקייט צו באַקענען זיך גרינגער מיט זייער קולטור און רעליגיע. און פֿאָרט, אין דער זעלבער צײַט, זענען אינעם זיך־צעפֿאַלנדיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד אויפֿגעקומען ממש סכּנותדיקע נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען, צוליב וועלכע אירע טאַטע־מאַמע האָבן זיך איבערגעשראָקן און באַשלאָסן צו עמיגרירן מיט זייערע קינדער קיין אַמעריקע.
די שרײַבערין האָט דערקלערט, אַז פֿאַר איר משפּחה איז נישט געווען גרינג זיך צוגעוווינען צום אַמעריקאַנער לעבן. אין רוסלאַנד זענען זיי געווען חשובֿע אינטעליגענטן, און אינעם נײַעם לאַנד האָבן זיי נישט געקאָנט אויסדריקן זייערע ידיעות און טאַלאַנטן. וואָס שייך ייִדישקייט, האָט ליטמאַן צוגעגעבן אינעם שמועס מיטן „Forward‟, אַז זי איז געבליבן ווײַט פֿון ייִדישע ענינים, אַזוי ווי אין רוסלאַנד. דאָס אויפֿוואַקסן אין אַ ייִדישער משפּחה מיינט פֿאַר איר, דער עיקר, די באַקאַנטשאַפֿט מיט דער וועלט־ליטעראַטור און די נטיה צו אינטענסיווער בילדונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.