מיטוואָך, דעם 23סטן אַפּריל וועט ד׳׳ר הערשל גלעזער האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש „י.ל. פּרץ און די מערכה פֿונעם פּוילישן־ייִדיש‟. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 12 אַזייגער, בײַם „סליפֿקאַ־צענטער‟ (80 וואַל־סטריט, ניו־האַווען, קאָנעטיקוט).
דער ניו־יאָריקער שרײַבקרײַז וועט זיך ווידער טרעפֿן מיטוואָך, דעם 30סטן אַפּריל, 7:30 אין אָוונט אין דער שיל „אנשי חסד‟ (251 וועסט 100ע גאַס). נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט צו לאה ראָבינסאָן 2069־663־212.
דער „אַרבעטער־רינג‟ האָט לעצטנס פֿאַרשפּרייט אַן אַנאָנס, וואָס גיט איבער, אַז מע וועט הײַיאָר צוטיילן סטיפּענדיעס מענטשן, ייִנגער פֿון 35 יאָר, וועלכע ווילן זיך באַטייליקן אינעם הײַיאָריקן „רײַזע אין ייִדישלאַנד‟. די סטיפּענדיעס וועלן דעקן אַ העלפֿט פֿון די קאָסטן פֿאַר די קלאַסן, דעם אינטערנאַט, און דעם עסן.
פֿאַראינטעריסירטע זאָלן שיקן אַ בריוו, וואָס דערקלערט, פֿאַר וואָס דער אַפּליקאַנט וויל זיך לערנען ייִדיש, און ווי ער וועט אויסניצן זײַן ייִדיש־קענטעניש און די קולטור ירושה‟. בריוו צום „סטיפּענדיע־פֿאָנד אין אָנדענק פֿון פּסח פֿישמאַן‟ זאָלן געשיקט ווערן אויפֿן אַדרעס 247 וועסט 37טע גאַס, 5טע שטאָק, ביזן 29טן מײַ.
נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט Nikolaib@circle.org
די „פֿאָלקסבינע‟ וועט פֿאָרשטעלן אַ פֿאָרלייענונג פֿון דער פּיעסע „דער נס אין געטאָ‟ פֿון ה. לייוויק, דאָנערשטיק דעם 24סטן אַפּריל, 7 אַזייגער אין אָוונט בײַם „באַרוך־צענטער פֿאַר פֿאָרשטעלונגס־קונסט‟ (55 לעקסינגטאָן עוועניו). אין דער פֿאָרלייענונג וועלן אָנטיילנעמען די אַקטיאָרן שירה אייווערבוך, שיין באַקער, מאָטל דידנער, איצי פֿײַערסטאָון, סאָניע האַמלין, ריטשאַרד קאַס, דוד מאַנדלבוים, אַבֿרהם מלאָטעק, זלמן מלאָטעק, יצחק סגל, מרים־חיה סגל, אָדם שאַפּיראָ, איל שערף, דמיטרי „זיסל‟ סלעפּאָוויטש, סטיוו סטערנער, סוזאַן טאָרען, חיים וואָלף, משה יאַסור און עלענאַ זאַקאָן.
די פֿאָרלייענונג ווערט פֿאָרגעשטעלט דורך דער „פֿאָלקסבינע‟ און דעם שטאָטישן אוניווערסיטעט פֿון ניו־יאָרק, בשותּפֿות מיטן „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס און דעם „אַרבעטער־רינג‟. בילעטן מוז מען באַשטעלן פֿון פֿאָרויס, אויפֿן טעלעפֿאָן־נומער 5073־312־646.
לויט אַ באַריכט אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל „אידיש־ווינקעל‟, גיט מען אַרויס צוויי נײַע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש: אַ זשורנאַל מיטן נאָמען „דער מאָמענט‟ און אַ צײַטונג מיטן נאָמען „דער כלל‟. לויטן באַריכט וועט די צײַטונג זײַן „אַן אומפּאַרטיייִשע צײַטונג, וועלכע וועט מעלדן נײַעס און אַרטיקלען און פּרובירן צו דעקן אַלע מוסדות און קרײַזן אייניק אָן פּאָליטיק‟.
דער זשורנאַל, „דער מאָמענט‟, וואָס דער ערשטער נומער איז שוין אַרויס אין פֿאַרקויף און אַנטהאַלט 300 זײַטן, איז לויטן באַריכט פֿון „אידיש־ווינקעל‟ אַ פּרוּוו אַרויסצוגעבן אַ זשורנאַל אויף ייִדיש, וואָס זאָל פֿאָלגן דעם סטיל פֿון די פּאָפּולערע זשורנאַלן „משפּחה‟, וועלכער דערשײַנט אויף ענגליש, און „בקהילה‟, וועלכער ווערט געדרוקט אויף העברעיִש.
דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט די נעמען פֿון די נײַע סטיפּענדיסטן, וועלכע וועלן אָנהייבן אַרבעטן בײַם צענטער אין אַפּריל. זיי זענען: דיאַנאַ קלאַרק פֿון וואָרשעסטער, מאַסאַטשוסעטס, זאבֿ דוקוואָרט פֿון אַמסטלעווין, האָלאַנד, נתנאל אײַכהאָרן פֿון הונטינגטאָן וואָדס, מישיגען, יצחק מור פֿון ליים דיר, מאָנטאַנאַ און מאַרטינאַ ראַוואַגנאַן פֿון ווענעציע, איטאַליע.
דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט די נעמען פֿון די, וועלכע וועלן הײַיאָר באַקומען אַ סטיפּענדיע, כּדי זיי צו העלפֿן איבערזעצן אַ בוך פֿון ייִדיש אויף ענגליש. די סטיפּענדיסטן וועלן באַקומען אַ סטיפּענדיע פֿון $5,000 דאָלאַר, אָנטיילנעמען אין דרײַ וואַרשטאַטן בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, און אויך אַרבעטן צוזאַמען מיט אַ מענטאָר. די מענטאָרן האָט מען ספּעציעל אויסגעקליבן פֿון פֿאָרויס מיטן ציל, אַז יעדער פֿון זיי זאָל זײַן ספּעציעל גוט צוגעפּאַסט פֿאַרן טעקסט, וואָס זײַן סטיפּענדיסט וועט איבערזעצן.
די הײַיאָריקע סטיפּענדיסטן זענען:
בעאַטאַ קאַזירז, אַ גראַדויִר־סטודענטקע אין בראַון־אוניווערסיטעט, וועלכע וועט איבערזעצן די לידער פֿון אסתּר הירשביין. איר מענטאָרין וועט זײַן ד׳׳ר נעמי דזשאָונס.
ד׳׳ר איתן קענסקי, אַ דאָצענט פֿון ייִדיש אין האַוואַרד־אוניווערסיטעט, וועלכער וועט איבערזעצן דעם ראָמאַן „שבתדיקע שוועבלעך‟ פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום. זײַן מענטאָר וועט זײַן ד׳׳ר שאַון קאָטער פֿונעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט אין דאַלאַס.
העלען מינץ, וועלכע וועט איבערזעצן די מעשׂיות פֿון אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש. איר מענטאָרין וועט זײַן ד׳׳ר באַרבאַראַ הרשבֿ פֿון יעיל־אוניווערסיטעט.
ד׳׳ר האַריִעט מוראַוו (אוניווערסיטעט פֿון אילינוי) און ד׳׳ר סאַשאַ סענדעראָוויטש (אוניווערסיטעט פֿון קאָלאָראַדאָ), וועלכע וועלן אַרבעטן צוזאַמען אויף אַן איבערזעצונג פֿון דוד בערגעלסאָנס ראָמאַן „מידות הדין‟. זייער מענטאָרין וועט זײַן ד׳׳ר סוזאַן בערנאָפֿסקי פֿון קאָלאָמביע־אַוניווערסיטעט.
ד׳׳ר שׂרה פּאָנישטעראַ, אַן אַרכיוויסטקע בײַם „צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע‟ אין ניו־יאָרק, וועלכע וועט איבערזעצן דעם ראָמאַן „ברענענדיקע ערד‟ פֿון אַהרן צײַטלין. איר מענטאָרין וועט זײַן די איבערזעצערין פֿון העברעיִש אויף ענגליש דזשעסיקאַ כּהן.
אַנאַ טאָרעס, אַ גראַדויִר־סטודענטקע בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקעלי, וועלכע וועט איבערזעצן די לידער פֿון דבֿורה פֿאָגעל. איר מענטאָרין וועט זײַן ד׳׳ר הו האַזלטאָן, דער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן צענטער פֿאַר ליטעראַרישער איבערזעצונג.
רייזע טורנער, אַ רבנישע תּלמידה בײַם „העברעיִשן קאָלעדזש‟ אין באָסטאָן, וועלכע וועט איבערזעצן פֿישל שנירסאָנס ראָמאַן „חיים גראַוויצער‟. איר מענטאָרין וועט זײַן עליזאַבעט האַריס פֿונעם צפֿון־דאַקאָטער אוניווערסיטעט.
רויז וואַלדמאַן, אַ סטודענטקע בײַם קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, וועלכע וועט איבערזעצן דעם ראָמאַן „פּיאָנערן‟ פֿון ש אַנ־סקי. איר מענטאָר וועט זײַן ד׳׳ר קען פֿרידן פֿון סיראַקוז־אוניווערסיטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.