ווי אַ קינד, האָב איך געהערט פֿון די טאַטע–מאַמע עטלעכע מעשׂיות וועגן אליהו הנבֿיא. צום באַדויערן, קען מען נישט גלייבן אַלץ וואָס עס זאָגן טאַטע–מאַמע. איך זאָג נישט, אַז זיי זאָגן ליגנס, נאָר באָבע–מעשׂיות דערציילן זיי יאָ. נו, דעם אמת געזאָגט, דאַרפֿן מיר אַזעלכע מעשׂיות.
יאָ, כּדי צו פֿאַרשטיין די וועלט, דאַרפֿן מיר האָבן אַזעלכע מעשׂיות… ווען מיר זענען קינדער. נאָר איצט, שוין ווי דערוואַקסענע, איז עס וויכטיק נישט נאָר די וועלט צו פֿאַרשטיין, אָבער אויך זי צו זען, פּונקט ווי זי שטייט און גייט. דערפֿאַר מוזן מיר זאָגן (צום ווייניקסטנס פֿון צײַט צו צײַט) דעם ריינעם אמת. און דער אמת איז, אַז שוין צוויי טויזנט יאָר, האָבן מיר געוואַנדערט אין גלות; און אַז עס פֿעלט אונדז אַ משה רבינו, איז עס קיין חידוש ניט, וואָס מיר האָבן דעם וועג אַ ביסל פֿאַרלוירן, אַ ביסל מבולבל געוואָרן. צווישן די זאַכן, וואָס איז געוואָרן אַ ביסל פֿאַרמישט, איז אונדזער זכּרון — למשל, ווער איז טאַקע געווען אליהו הנבֿיא?
איך ווייס נישט ווי עס איז געשען אונדזער פֿאַרמישטקייט. ווען מיר זײַנען ערשט געקומען אין גלות אַרײַן, האָבן מיר אפֿשר אַזוי ליב באַקומען די גוייִשע מעשׂיות, אַז מיר האָבן זיי אַ ביסל פֿאַרייִדישט, און דערנאָך זיי פֿאַראייגנט. דער העלד טרעפֿט ניט אין וואַלד סתּם אַ כּישוף–מאַכער, נאָר אַ פֿאַרשטעלטן אליהו הנבֿיא. שוין! האָט איר שוין אַ ייִדישע מעשׂה! אָדער פֿאַרקערט: אפֿשר האָבן מיר ניט די גוייִשע מעשׂיות פֿאַרייִדישט, נײַערט אונדזערע ייִדישע מעשׂיות זענען פֿאַרגוייִשט געוואָרן. ווער ווייסט? דער עיקר איז, אַז סוף–כּל–סוף, איז אליהו הנבֿיא געוואָרן אַן אייראָפּעער.
אונדזער העלד פֿונעם תּנך, אַ צדיק, אַ גיבור, איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ צדקה־געבער. אויפֿן ערשטן בליק, זעט דאָס אויס נישט אַזוי שלעכט, ווײַל אַ ייִד אין גלות דאַרף אַוודאי אַ ביסל צדקה. וואָס זשע דען, אַז מען מאַכט פֿון אליהו הנבֿיא אַ כּישוף–קוואַטער, ווי אין די מעשׂיות פֿון די ברידער גרים, מאַכט מען במילא פֿון אונדז ייִדן אַ כאָפּטע אָרעמע „סינדערעלאַס“. מײַן טאַטע פֿלעגט זאָגן: דאָס בין איך נישט אויסן. איך בין מכוון געווען אײַך צו דערציילן וועגן דעם עכטן אליהו הנבֿיא. איז לאָזט מיך אָנהייבן פֿונעם סאַמע אָנהייב אָן.
ס’איז געווען פּסח מיט עטלעכע יאָר צוריק. ס’איז געווען אַ גוטער פּסח, נאָר אַ געוויינטלעכער. דאָס הייסט, קיין איבעריקע נסים האָב איך נישט דערוואַרט. נו, ס’איז געווען אין מיטן פּראַווען דעם ערשטן סדר. מיר האָבן שוין אָפּגעזאָגט ס׳רובֿ פֿון דער הגדה, אָפּגעגעסן די סעודה, און אַפֿילו אָפּגעטרונקען דעם דריטן כּוס. די קינדער זענען ערשט געגאַנגען צו דער טיר, האָפֿנדיק צו דערזען אליהו הנבֿיא; בפֿרט, דעם אליהו הנבֿיא, וועגן וועמען זייערע טאַטע–מאַמעס האָבן זיי דערציילט.
דאָס הייסט, אַן אַלטיטשקער, אַ גוטינקער, מיט אַ זילבער–גרויער באָרד, ווייך ווי די קישנס, אויף וועלכע מיר האָבן זיך אָנגעלענט בײַם סדר, און אפֿשר אויך מיט אַ שטעקן, ווײַל אין די מעשׂיות, האַלט דער פֿאַרשטעלטער נבֿיא תּמיד אַ שטעקן אין האַנט. אָבער דאָס באַשרײַבט נישט דעם עכטן אליהו הנבֿיא. אַלט איז ער אַוודאי יאָ, עלטער פֿון מתושלח, נאָר לגבי דעם צווייטן פּונקט — צי איז ער טאַקע אַ גוטינקער? — נישט אַלעמאָל.
ווי מײַן ייִדיש־לערער האָט מיר געזאָגט, איז אליהו אפֿשר יאָ אַ גוטינקער, נאָר קודם־כּל, איז ער אַ גערעכטער. מײַן לערער איז אויך געווען גערעכט. איך קען אײַך זאָגן, אַז דער נבֿיא קלײַבט אויס צדק איידער רחמים. און מען קען זיך דאָס דערוויסן פֿונעם ערשטן בליק. (אליהו הנבֿיא האָט אַ הייליקן פֿײַער אין די אויגן; אַ פֿײַער, וואָס מע וועט אפֿשר דערוואַרטן פֿון איינעם וואָס וועט זײַן אויף „דו“ מיטן מלך–משיח.)
וואָס שייך דעם דריטן פּונקט, זײַן באָרד: ס’איז ניט זילבער–גרוי, נאָר קלאָר ווײַס; זי איז נישט ווייך, ווי אַ קישן, נאָר שאַרף, ווי אַ לאָפּעטע אויסצוגראָבן זינד, מיט די וואָרצלען אין איינעם. און אויב ער קען ניט די זינד אויסגראָבן, האַקט ער זיי אויס מיט זײַן שווערד, ווײַל דער נבֿיא טראָגט נישט קיין שטעקן, נאָר אַ גרויסע שווערד. אויב איר גלייבט מיר נישט, פֿרעגט עס בײַ די גלחים פֿון בעל. איר מעגט מיר אָבער יאָ גלייבן, ווײַל איך האָב עס געזען מיט מײַנע אייגענע אויגן.
לאָזט מיך ווײַטער דערציילן. ווי איך האָב פֿריִער געזאָגט, זענען די קינדער ערשט אוועק פֿונעם טיש. איך געדענק, אַז איך האָב געזאָגט: „שְׁפךְ המָתְךָ“, ווען פּלוצעם האָט מען דערהערט אַ טיפֿע שטים פֿון דער טיר. מיר האָבן זיך אַלע אַרומגעקוקט, און דערזען שטיין אליהו הנבֿיא אין דער מיט פֿון די קינדער. זײַן שווערד איז אָנגעצילט געווען גראָד אין מײַן פֿעטער אַחאָבֿס ברוסט.
נאָר איך האָב פֿאַרגעסן אײַך צו דערציילן, ווער איז מײַן פֿעטער אַחאָבֿ. איר וועט מיר מוזן מוחל זײַן. אַחאָבֿ איז מײַן טאַטעס אַ ברודער. און אָט אין דער נאַכט, איז ער אויך געווען אַ שיכּור. מיר אַלע האָבן שוין געהאַט אויסגעטרונקען דרײַ כּוסות, ס’איז דאָך פּסח. פֿעטער אַחאָבֿס כּוסות זײַנען געווען פֿול מיט ווײַן, ווי שלמה–המלכס פּאַלאַץ — מיט ווײַבער.
דאָס הייסט, ערשטנס, אַזוי פֿול, אַז נאָך איין טראָפּן איז שוין געווען איבעריק. און צווייטנס, וויפֿל עס איז נישט אַרײַן אין כּוס, איז עס געווען נאָך אַלץ נישט גענוג פֿאַר אים. און דריטנס, האָבן אי די ווײַנען, אי די ווײַבער געשטאַמט פֿון פֿאַרשידענע לענדער, און אין ביידע פֿאַלן, ווי מײַן טאַטע האָט געהאַלטן, איז עס געווען נישט כּשר.
דער עיקר איז, אַז אַחאָבֿ איז געווען שיכּור לוט, דעריבער האָט ער באַשלאָסן אויסצוטרינקען אויך דעם ווײַן פֿון אליהו הנבֿיאס כּוס. מיר האָבן אים אַלע געפּרוּווט איבערצוריידן, נאָר ער האָט געזאָגט, אַז די קינדער ווערן פֿון יאָר צו יאָר אַלץ מער חשדיק, אַז פֿון גוטע חכמים ווערן זיי אַפּיקורסישע רשעים. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ גוזמא, נאָר ס’איז אמת, אַז יעדעס יאָר פֿרעגן די קינדער נאָך מער קשיות, נישט בלויז די פֿיר:
„וווּ איז אליהו הנבֿיא?“
„ער איז שוין געקומען און אַוועק?“
„פֿאַר וואָס האָט ער נישט געטרונקען קיין ווײַן?“
„וואָס הייסט? ער האָט דאָך געטרונקען!“
„עס זעט אויס, אַז ניין.“
„גייט ער דען נישט אַרײַן אין אַלע ייִדישע הײַזער במשך פֿון איין נאַכט? ווילט איר ער זאָל ווערן שיכּור?“
און נאָך און נאָך — יעדעס יאָר. „דערפֿאַר“ האָט אַחאָבֿ אויסגעפֿירט: „דאָס יאָר, וועל איך זיי ווײַזן, אַז דער הייליקער נבֿיא קומט יאָ!“ — און ער האָט אויפֿגעהויבן דעם כּוס. איך האָב מורא געהאַט, אַז דאָס איז אַן עבֿירה, נאָר ווי קען מען איבערצײַגן אַ שיכּור? איז, ווײַל אַנדערע האָבן אַחאָבֿן ווײַטער געפּרוּווט איבערצײַגן, האָב איך באַשלאָסן זיך צואײַלן צום פֿערטן כּוס. האָב איך קוים אַרויסגעבראַכט „שְׁפךְ הֲמָתְךָ“, ווי אליהו הנבֿיא איז שוין געווען דאָ! ער האָט געענטפֿערט אויף אַלע קשיות. קודם–כּל, אויף מײַן קשיא, דהײַנו: וואָס איז דער בעסטער אופֿן איבערצוצײַגן דעם שיכּורן אַחאָבֿ? ענטפֿער: „מיט אַ שווערד!‟ — אָבער נישט מיט דער שווערד אַליין. אליהו האָט געהאַט עטלעכע ווערטער פֿאַרן פֿעטער אויך:
„אַחאָבֿ,“ האָט דער נבֿיא געזאָגט, „ס’איז דאָך פּסח, נישט פּורים! בעסער, זאָלסטו טרינקען איצט וואַסער. צווייטנס, מען מוז מאַכן אַ ברכה איידער מע טרינקט ווײַן. דריטנס, דאָס איז מײַן כּוס, ניט דײַנער. צי ווייסטו נישט, וואָסערע צרות פֿאָלגן דעם יעניקן, וואָס גנבֿעט בײַם צווייטן ווײַן? און פֿערטנס, נאָר פֿיר כּוסות ווײַן טרינקט מען בײַם סדר, נישט פֿינף.“
תּכּף–ומיד, מיט אַ ציטערנדיקער האַנט, האָט אַחאָבֿ אַראָפּגעשטעלט דעם נבֿיאס כּוס. ער האָט זיך אויך אַראָפּגעזעצט, און איז געוואָרן, אַ פּנים אויס שיכּור. נײַערט ניכטער ווי אַ רבֿ פֿאַר נעילה. די ענדערונג איז געווען אַזוי שטאַרק, אַזוי פּלוצעמדיק, אַז מיר אַלע, אַפֿילו די קינדער, האָבן זי באַמערקט. דעמאָלט האָט דער ווינט אַ בלאָז געטאָן דורך דער אָפֿענער טיר. מיר האָבן זיך אַרומגעקוקט, און אליהו הנבֿיא איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, ווי ער וואָלט אין גאַנצן נישט געווען.
מיר האָבן אים געזוכט, אָבער נישט געפֿונען. וואָס יאָ? מיר האָבן געפֿונען אַ קריגל אייל. וואָס מיינט דאָס? אַחאָבֿ האָט געטענהט, אַז אויב מען טאָר נישט טרינקען אליהו הנבֿיאס כּוס ווײַן, טאָר מען אויך נישט קאָכן מיט אליהו הנבֿיאס אייל. אָבער אַחאָבֿס ווײַב, די מומע איזבל, האָט געהאַלטן, אַז זי מעג דעם אייל יאָ נוצן, מחמת אייל נישט ווײַן, בפֿרט נאָך, ווען עס געפֿינט זיך אין אַ קריגל. עס שטייט דאָך געשריבן: „צפחת השמן לא תחסר“, [מלכים א יז:יד] „דער קרוג אייל וועט ניט געמינערט ווערן.“ דאָס הייסט, דאָס קריגל וועט זײַן שטענדיק פֿול, און די מומע האָט כיטרע אַ וווּנק געטאָן: „פֿול, ווי דײַנע כּוסות, אַחאָבֿ.“
אָבער אַלע טענות פֿון דער מומע איזבל האָבן איר מאַן נישט מסוגל געווען איבערצײַגן. ער איז געווען נאָך אַלץ אין אַ גוטן שרעק פֿאַר אליהו: נישט צורירן זיך צו קיין זאַך, וואָס געהערט צום הייליקן נבֿיא. דער סיכסוך צווישן אַחאָבֿ און איזבל, וואָס מיר רופֿן איצט „דער קריגל־קריג“, איז אָנגעגאַנגען ביזן פֿערטן טאָג פּסח.
דעם פֿערטן טאָג פּסח, האָט זיך די מומע איזבל אויפֿגעכאַפּט זייער פֿרי, און צוגעגרייט מצה–ברײַ מיטן אייל פֿון דעם נבֿיאס קריגל. איר קענט מיר גלייבן אויפֿן וואָרט, אַז יעדער וואָס האָט נאָר פֿאַרזוכט די מצה–ברײַ, האָט נאָר איין ביס געמאַכט…
ווי עס זאָל נישט זײַן, האָב איך אײַך נאָר געוואָלט זאָגן, אַז באָבע־מעשׂיות זענען נישט מער ווי באָבע–מעשׂיות, און תּורה איז אמת.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.