אַ גרופּע כּלל־טוער און אַקטיוויסטן האָט זיך פֿאַרזאַמלט נישט לאַנג צוריק לעבן די באַרימטע וואַסערפֿאַלן איגואַסו, בײַ דער גרענעץ צווישן אַרגענטינע און בראַזיל, כּדי צו באַטראַכטן די צוקונפֿט פֿון די קליינע ייִדישע קהילות אין לאַטײַן־אַמעריקע.
אין דער פֿיר־טאָגיקער קאָנפֿערענץ האָבן זיך באַטייליקט בערך 60 יונגע־לײַט. אַריאלה ליכאַוועצקי, די דירעקטאָרין פֿון אומפֿאָרמעלער בילדונג בײַם בוענאָס־אײַרעסער ייִדישן ספּאָרט־קלוב „מכּבי‟ האָט דערקלערט, אַז דער אונטערגאַנג פֿון די ייִדישע קהילות אין קליינע שטעט איז די גרעסטע פּראָבלעם פֿאַר די ייִדן אין דרום־ און צענטראַל־אַמעריקע. די אונטערנעמונג איז געשטיצט געוואָרן דורך דער „פֿילאַנטראָפּישער נעץ אויפֿן נאָמען פֿון שוסטערמאַן‟, וואָס געפֿינט זיך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
דאָס ייִדישע לעבן אין לאַטײַן־אַמעריקע ווערט אַלץ מער צענטראַליזירט. אַ סך ייִדן פֿאַרלאָזן די קליינע אָרטיקע קהילות, וואָס האָבן אַמאָל געבליט, און פֿאַרזאַמלען זיך אין גרויסע שטאָטישע צענטערס. אין אַרגענטינע, וווינט בערך 90 פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער הויפּטשטאָט — בוענאָס־אײַרעס.
אין דער שטאָט כענעראַל־ראָקאַ, וואָס געפֿינט זיך אין פּאַטאַגאָניע, אויפֿן סאַמע דרום פֿון אַרגענטינע, האָבן אַמאָל געוווינט 400 ייִדישע משפּחות. אַ קנאַפּער עגאַליטאַרער מנין דאַוונט נאָך דאָרטן יעדן פֿרײַטיק צו נאַכט. פּאַבלאָ אינדעלמאַן, דער פּרעזידענט פֿון דער אָרטיקער שיל, קהילה־טוער און לערער פֿון העברעיִש, האָט אָבער געטענהט, אַז דער איצטיקער קהילה־„צענטער‟ איז דער בית־עולם.
די אָנטיילנעמער פֿון דער קאָנפֿערענץ פֿאַרשטייען, אַז ס׳איז שווער איבערצוצײַגן דעם יונגן דור צו בלײַבן אין קליינע שטעטלעך, וווּ זיי פֿילן זיך איזאָלירט. אַ טייל באַטייליקטע האָבן פֿאָרגעלייגט פּלענער פֿון נײַע שילן און קהילה־אָרגאַניזאַציעס. וויקטאָר ראָטענשטיין, אַ הויכראַנגיקער קאָמפּיוטער־ספּעציאַליסט בײַם אינטערנעץ־מאַרק „מערקאַדאָ ליברע‟, די לאַטײַן־אַמעריקאַנער ווערסיע פֿון „אי־ביי‟, האָט באַטאָנט, אַז די בעסטע עצה איז צו פֿאַרבינדן די יונגע־לײַט אין קליינע שטעט מיט די גרעסטע קהילות דורך די מאָדערנע קאָמוניקאַציע־טעכנאָלאָגיעס — למשל דורכן „פֿייסבוק‟.
דיעגאָ גאָלדמאַן, אַ פּסיכאָלאָג פֿון בוענאָס־אײַרעס, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער קאָנפֿערענץ בשותּפֿות מיט ליכאַוועצקי, האָט געזאָגט, אַז כּדי צו פֿאַרשטאַרקן דעם מצבֿ פֿון ייִדישע קהילות אין לאַטײַן־אַמעריקע, מוז מען זיי פֿאַראייניקן אין איין נעץ — נישט בלויז וואָס שייך קאָמוניקאַציע, נאָר אויך כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם עקאָנאָמישן צושטאַנד דורך הילף־פּראָגראַמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.