במשך פֿון אַ צענדליקער יאָר, האָט קיינער זיך נישט אינטערעסירט מיט די זיבן בריוו אויף פּויליש, וואָס זענען געלעגן אין דער היים בײַ פּריוואַ און יעקבֿ בענדעט. פּריוואַ האָט זיי באַקומען אין די 1930ער יאָרן, וווינענדיק אין תּל־אָבֿיבֿ, פֿון איר שוועסטער לוסיע, וועלכע האָט געוווינט אין וואַרשע און פּאַריז.
ירון מהולל, פּריוואַס אייניקל, וואָס אַרבעט הײַנט אין ישׂראל ווי אַ יוריסט, האָט דערציילט, ווי אַזוי אַ גאַנצע דעטעקטיווע פֿאָרשונג, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן פֿון זײַן באָבעס בריוו, האָט דערמעגלעכט אויסצוגעפֿינען די ביאָגראַפֿיע פֿון איר טראַגיש אומגעקומענער שוועסטער.
לוסיע האָראָוויץ איז געבוירן געוואָרן אין אַ רײַכער פֿרומער וואַרשער משפּחה. זי איז געווען די ייִנגסטע פֿון 10 קינדער. אַזוי ווי עטלעכע אַנדערע שוועסטער, האָט זי פֿאַרלאָזט די פֿרומקייט און געוואָרן אַ לינקע אַקטיוויסטקע. ווען פּריוואַ איז אַוועקגעפֿאָרן קיין פּאַלעסטינע אין 1924, האָט זי זיך כּסדר איבערגעשריבן מיט לוסיע.
די ייִנגערע שוועסטער האָט אויך געוואָלט זיך באַזעצן אין ארץ־ישׂראל, און אינעם יאָר 1936 טאַקע אָנגעקומען אַהין, אָבער נישט אויף לאַנג. צוזאַמען מיט איר חבֿר אַבראַשע האָט זי זיך געלאָזט צוריק קיין אייראָפּע צו קעמפֿן קעגן פֿאַשיזם אין שפּאַניע. ווען זי איז אָנגעקומען צוערשט קיין פּאַריז, האָט זי אויסגעפֿונען, אַז זי קאָן זיך נישט באַטייליקן אין די שפּאַנישע אַנטי־פֿאַשיסטישע כּוחות, און פֿאַרבליבן אין פֿראַנקרײַך.
דעם 24סטן דעצעמבער 1937, האָט לוסיע דערציילט, אַז זי פֿילט זיך גליקלעך מיט דעם, וואָס איר געליבטער קעמפֿט אין שפּאַניע מיט זײַנע חבֿרים „פֿאַר פֿרײַהייט, ברויט און שלום‟. דער לעצטער בריוו איז אָנגעקומען אין דעצעמבער 1938. די מחברטע האָט לאַנג נישט געהערט פֿון אַבראַשע און זיך געזאָרגט וועגן זײַן גורל.
מהולל האָט אַנדעקט, אַז וועגן לוסיעס ווײַטערדיק לעבן ווערט דערציילט אינעם בוך „ייִדישע העלדן פֿונעם פֿראַנצויזישן ווידערשטאַנד‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף פֿראַנצויזיש אין 1962. ווען די נאַציס האָבן איבערגענומען פֿראַנקרײַך, איז זי געוואָרן אַ פּאַרטיזאַנקע; אינעם יאָר 1942 האָט עמעצער זי געמסרט; שפּעטער איז זי געשטאָרבן פֿון טיף אין אוישוויץ.
וואָס שייך לוסיעס געליבטן, אַבראַשע, האָט מהולל אויסגעפֿונען, אַז ער האָט געהייסן אַבֿרהם מרגליות און איז געווען אַ באַקאַנטער ייִדישער קעמפֿער פֿונעם שפּאַנישן בירגערקריג. וואָס איז געשען מיט אים בײַם סוף, בלײַבט אָבער נישט קלאָר. לויט איין קוואַל, איז ער אומגעקומען אין שפּאַניע און לויט אַן אַנדערן — אויך אין אוישוויץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.