ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס ס׳רובֿ פֿילמען אויף רעליגיעזע טעמעס, האָבן צו טאָן מיט ישו הנצרי און ניט מיט די אַנדערע ביבלישע פֿיגורן; למשל, מיט אַזעלכע, וואָס טרעטן אויף אין אונדזער תּנ״ך, וואָס די קריסטן רופֿן דעם „אַלטן טעסטאַמענט‟: איבער 50 פֿילמען זײַנען דערשינען וועגן דעם קריסטלעכן דערלייזער. נאָך אַלעמען זײַנען דאָ אויף דער וועלט איבער 2 ביליאָן קריסטן, און נאָר 13 מיליאָן ייִדן. כאָטש די מוסולמענער ציילן אויך איבער 1.5 ביליאָן, פֿאַרווערט זייער הלכה צו מאַכן בילדער אָדער פֿילמען פֿון מוכאַמעד. דערפֿאַר האָט ישו כּמעט אַ מאָנאָפּאָל.
אָבער אַ צווייטע סיבה איז אַ ריין טעכנישע: די נסים, וואָס ישו טוט אויף אין דער „ברית חדשה‟, זײַנען אַזוי פּשוט און פֿון אַזאַ קליינעם פֿאַרנעם, אַז זיי לאָזן זיך גרינג פֿילמירן. אָט מאַכט ישו ווײַן פֿון וואַסער, אָט היילט ער אַ בלינדן מיט אַ ביסל שפּײַעכץ, און אָט טרײַבט ער אַרויס אַ דיבוק. אַזעלכע אויפֿטוען פֿאָדערן ניט קיין ספּעציעלע מיטלען אָדער גרויסן בודזשעט, מע קען דאָס הײַנט טאָן מיט אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט און אַ פּאָר אַקטיאָרן אין סאַנדאַלן. אָבער צו אונדזער תּנ״ך דאַרף מען האָבן הונדערטער קאָמפּיוטער־גראַפֿיקער און פֿולע קעשענעס מיט געלט, כּדי פֿאָרצושטעלן דעם וועלטבאַשאַף, די מלאָכים אין הימל, דעם בבֿל־טורעם, קריעת־ים־סוף, וכדומה. דערפֿאַר, למשל, זײַנען ביז אַהער נאָר אַרויס צוויי פֿילמען וועגן אונדזער נח.
אָבער איצט, מיט אַ בודזשעט פֿון 130 מיליאָן דאָלאַר, האָט דער רעזשיסאָר דערען אַראָנאָווסקי געבראַכט אויפֿן לײַוונט אַ נײַעם נוסח פֿון נחס געשיכטע, וואָס האָט בלויז אין די ערשטע צוויי וואָכן פֿאַרדינט כּמעט 200 מיליאָן דאָלאַר. דאָס איז ניט קיין נח פֿאַר די קליינע קינדערלעך, נאָר אַ ספּעקטאַקל, וואָס קען זיך פֿאַרגלײַכן מיט די גרעסטע שטערן־מלחמות און פֿאַנטאַזיעס פֿון אונדזער צײַט. די ראָלע פֿון נח שפּילט ראָסל קראָו, אַן אַקטיאָר מיט אַזעלכע גרויסע מוסקלען און פֿינצטערע אויגן, אַז דער אייבערשטער אַליין קען מורא האָבן פֿאַר אים.
דער רעזשיסאָר האָט אויך צוגעגעבן צו דער געשיכטע אַ פּאָר נײַע פּרטים: ריזיקע גולמים געמאַכט פֿון שטיין, וואָס הייסן „וואַטשערס‟ (קוקער), און שטעלן מיט זיך פֿאָר געפֿאַלענע מלאכים; אַן אַרמיי פֿון מענטשן רשעים, די בני־קין, וואָס פֿירן אַ מלחמה קעגן נח, און ווילן צונעמען די תּבֿה; אַ גאַנצע ריי ראָמאַנטישע סצענעס מיט פֿרויען, וואָס עקסיסטירן גאָר ניט אָדער טראָגן ניט קיין נעמען אין די הייליקע ספֿרים.
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז די פֿאַרשיידענע קריסטלעכע פֿירער און קנאָים איז דער פֿילם ניט געפֿעלן געוואָרן. סטײַטש, נח מיט אַ שווערד אין האַנט שטעלט זיך אין קאַמף מיט תּובֿל־קין, דעם קעניג פֿון די רשעים — וווּ איז דאָס דערהערט געוואָרן? אָבער בײַ די גרויסע מאַסן קריסטן, וואָס זײַנען ניט מקפּיד אויף יעדן פּינטעלע פֿונעם טעקסט (און וואָס ניט ווייניק האָבן דעם טעקסט אַפֿילו ניט געלייענט), האָט דער פֿילם יאָ אויסגענומען. די גלחים האָבן סײַ ווי ניט דעם כּוח דעם פֿילם צו פֿאַרווערן — ניט ווי די אימאַמס, וואָס האָבן פֿאַרזיכערט, אַז מע וועט אים ניט ווײַזן אין די איסלאַמישע לענדער. בײַ די מוסולמענער איז נח אויך גאָר הייליק און מען טאָר אים ניט ווײַזן אויפֿן עקראַן.
ניט געקוקט אויף דער גרויסער פֿרײַהייט, מיט וועלכער דער רעזשיסאָר האָט אינטערפּרעטירט די געשיכטע, שטעקט אין זײַן אינטערפּרעטאַציע אַ גרויסער אמת, וואָס מען האָט ביז אַהער אָפֿט איגנאָרירט. דהײַנו, דער גרויסער שרעק פֿונעם מבול און פֿון דער וויזיע פֿונעם אומקום פֿון דער גאַנצער מענטשהייט, מיטן אויסנאַם פֿון נח און זײַן משפּחהלע. צום ערשטן מאָל זעט מען דאָ דאָס אַכזריות פֿון גאָטס מישפּט, און וואָס דאָס הייסט, אַז אַלע מענטשן פֿון דער וועלט זאָלן דערטרונקען ווערן. ווי זינדיק די מענטשן זאָלן ניט זײַן, ווילן זיי פֿאָרט ניט שטאַרבן, און ס׳איז שווער צוצוזען זייער אונטערגאַנג.
די מעשׂה פֿונעם גרויסן מבול טראָגט אין זיך אַ מיטישן כּוח, וואָס שפּיגלט זיך אָפּ אין אַ סך קולטורן איבער דער וועלט. אַ סבֿרא, אַז דער מיטאָס איז אויפֿגעקומען, ווײַל מענטשן האָבן געפֿונען מושלען און די פֿאָסילן פֿון ים־חיות אויף דער יבשה דאָרט, וווּ ס׳איז פֿריִער געווען אַ ים מיט מיליאָנען יאָרן צוריק. די גריכן, למשל, האָבן אויך אַזאַ מיטאָס וועגן אַ העלד, וואָס לעבט איבער אַ גרויסן מבול — דעוקאַליאָן הייסט ער.
די ביבל־קריטיקער זײַנען געווען פֿאַרחידושט אין מיטן 19טן יאָרהונדערט, ווען מע האָט אַנטדעקט די זעלביקע מעשׂה ווי אונדזערע, מיט כּמעט אַלע פּרטים, אינעם בבֿלישן „עפּאָס פֿון גילגאַמעש‟. דער ערשטער באַקאַנטער נוסח פֿונעם מבול־מיטאָס, אײַנגעקריצט אויף טאָוולען אין דער שומרישער שפּראַך, איז פֿון אַרום 1600 יאָר פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג, און מסתּמא איז די לעגענדע נאָך אַ סך עלטער. ווי אין דער תּורה, וווּ נח איז ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 950 יאָר, אַזוי אויך אין דער שומרישער „רשימה פֿון מלכים‟ לעבט מען פֿאַרן מבול אַ סך לענגער ווי נאָך אים. משה רבינו האָט געלעבט בלויז 120 יאָר, נעבעך, אָבער אַלאַלנגאַר, דער צווייטער שומרישער קעניג, לויט דער דאָזיקער רשימה, האָט רעגירט גאַנצע 36,000 יאָר!
די מענטשהייט האָט זיך כּסדר געשראָקן פֿאַרן אונטערגאַנג, אין דער אַלטצײַט פּונקט ווי אין דער נוקלעאַרער תּקופֿה, און אַ מבול איז אַ מאָל געווען אַן אמתע סכּנה. אַפֿילו בשעת דער פֿילמירונג פֿון „נח‟ האָט מען געמוזט די אַרבעט איבעררײַסן, מחמת דעם הוראַגאַן „סענדי‟, וואָס האָט פֿאַרפֿלייצט גרויסע טיילן פֿון ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי אין אָקטאָבער 2012. די הײַנטיקע נבֿיאות וועגן דער גלאָבאַלער אָנוואַרעמונג האָבן אויך אין אַ גרויסער מאָס צו טאָן מיטן מבול, וואָס וועט קומען, נאָך דעם ווי דאָס אַרקטישע אײַז וועט זיך צעגיין.
נאָך קערנדלעך אמת קען מען זען אין די שולדגעפֿילן, וואָס נח לעבט איבער נאָכן מבול, ווײַל ער האָט קיינעם ניט געראַטעוועט, אַחוץ זײַן אייגענער משפּחה. אָדער אין דער לאַנדשאַפֿט פֿונעם פֿילם, וואָס מע האָט מערסטנס פֿילמירט אין דרום־איסלאַנד, וווּ דאָס לאַנד איז רעלאַטיוו נײַ, געשאַפֿן פֿון וווּלקאַנישער לאַווע נאָר מיט 20 מיליאָן יאָר צוריק; עס זעט טאַקע אויס, ווי ווען די וועלט איז געווען יונג. אָדער אין נחס זאָרג פֿאַר דער נאַטירלעכער סבֿיבֿה און וועגעטאַרישקייט, כאָטש עס פּאַסט מער צום הײַנט, איידער צו דער אַלטצײַט, ווען מענטשן האָבן צעשטערט די נאַטור אומברחמנותדיק, זיי האָבן נאָר געגעסן אַלץ וואָס רירט זיך (אַ מאָל מענטשן אויך). קיין מײַסטערווערק האָט אַראָנאָווסקי דאָ ניט געשאַפֿן. פֿון דעסטוועגן, האָט זײַן פֿילם אַ סך מער כּוח און שׂכל אין זיך, ווי די אַלע נודנע ישו־ביאָגראַפֿיעס און ביבלישע עפּאָסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.