מיטגלידער פֿונעם דריטן דור, די אייניקלעך פֿון דער שארית־הפּליטה, גרייטן זיך צו די צוויי גרעסערע חורבן־הזכּרות, וועלכע קומען פֿאָר אין מעלבורן יעדן אַפּריל. אַזוי ווי זיי זײַנען דער לעצטער דור, וואָס דערוואַרט צו האָבן רײַפֿע זכרונות פֿונעם דור, וועלכער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט די ציוניסטישע פֿעדעראַציע פֿון אויסטראַליע צוגעגרייט אַ פּראָגראַם פֿאַר יוגנטלעכע.
די יוגנט דאַרף פֿאַרשרײַבן, פֿאַרוואָס עס איז זיי פּערזענלעך וויכטיק צו דערמאָנען דעם חורבן־אייראָפּע. די פּראָגראַם ווערט מערסטנס דורכגעפֿירט אויף דער אינטערנעץ. לויט די פֿאָרשטייערס פֿון דער פֿעדעראַציע, איז דער ציל פֿון דער פּראָגראַם אָפּצוגעבן כּבֿוד דער שארית־הפּליטה און צו פֿאַרזיכערן, אַז נײַע דורות זאָלן וויסן וואָס זיי האָבן מיטגעמאַכט, כּדי די וועלט זאָל אייביק געדענקען די זעקס מיליאָן.
די קהלישע יום-השואה הזכּרה קומט פֿאָר דעם 28סטן אַפּריל. די טעמע פֿונעם אָוונט וועט זײַן 70 יאָר נאָכן חורבן פֿונעם אונגאַרישן ייִדנטום און די ליקווידאַציע פֿון די לעצטע געטאָס.
מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה, פֿונעם צווייטן דור, פֿונעם דריטן דור און פֿונעם פֿערטן דור האָבן אָנטיילגענומען אין דער הזכּרה, אין אָנדענק פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס איז פֿאָרגעקומען דווקא אינעם אָוונט פֿונעם 19טן אַפּריל, די ערשטע סדר-נאַכט, 1943. די שארית־הפּליטה האָט באַשטימט דעם טאָג פֿאַר אַן אַנדענק־טאָג בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. „יום־השואה‟ איז די עקוויוואַלענט-דאַטע אויפֿן ייִדישן קאַלענדאַר.
דער אָוונט האָט אָפּגעמערקט 71 יאָר נאָך דעם ווי ייִדן האָבן אָרגאַניזירט דעם ערשטן ציווילן אויפֿשטאַנד אין נאַצי-אָקופּירטער אייראָפּע, אין וואַרשעווער געטאָ. ער איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון אַ קאָמיטעט, וואָס איז באַשטאַנען פֿון פֿאָרשטייערס פֿון דער מעלבורנער „בונד‟-אָרגאַניזאַציע, זײַן יוגנט-גרופּע „סקיף‟ און זײַן „,מיר קומען אָן‟־כאָר. דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט איז אַ מיטגליד פֿונעם דריטן דור.
מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה האָבן אָנגעהויבן דעם אָוונט. זיי האָבן אָנגעצונדן זעקס יאָרצײַט־ליכט, צוזאַמען מיט זייערע קינדער און אייניקלעך. דער הויפּט-רעדנער בײַ דער הזכּרה איז געווען חבֿר אַבֿרהם גאָלדבערג, וואָס איז געווען אין אוישוויץ נאָך דעם ווי ער האָט מיטגעמאַכט די לאָדזשער געטאָ, ליקווידירט מיט 70 יאָר צוריק אין אויגוסט, 1944. גאָלדבערג איז געווען טעטיק אין דער בונדישער אונטערערדישער אַרבעט אין דער לאָדזשער געטאָ און האָט זיך געטיילט מיט זײַנע איבערלעבונגען און זכרונות. זײַן אייניקל, דניאל גאָלדבערג, וואָס איז איינער פֿון די פֿאָרזיצערס פֿון דער מעלבורנער „סקיף‟־אָרגאַניזאַציע, האָט גערעדט אין נאָמען פֿון דער יוגנט.
די „סקיפֿיסטן‟ און מיטגלידער פֿונעם „מיר קומען אָן‟־כאָר האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָגראַם אין ייִדיש און ענגליש, אַרײַננעמענדיק ציטאַטעס פֿון די זכרונות, איבערגעלאָזט פֿון וולאַדקע מיד און מאַרעק עדעלמאַן. די לידער פֿון חוה ראָזענפֿאַרב, וואָס האָט איבערגעלעבט די לאָדזשער געטאָ און אוישוויץ, האָבן געהאָלפֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד די ייִדן, וועלכע זײַנען דאָרט פֿאַרשפּאַרט געוואָרן. ליכטבילדער האָבן איבערגעזעצט ייִדישע טעקסטן אויף ענגליש, און די ענגלישע טעקסטן — אויף ייִדיש, כּדי אַלע זאָלן קענען פֿאַרשטיין דעם אינהאַלט פֿונעם אָוונט.
צווישן די „סקיפֿיסטן‟, וועלכע האָבן אָנטיילגענומען אינעם אָוונט, זײַנען געווען צוויי קרובֿים פֿון ד”ר עמנואל רינגעלבלום, דער היסטאָריקער און אַרכיוויסט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ. מיטגלידער פֿונעם גרויסן עולם האָבן שפּעטער אויסגעדריקט די מיינונג, אַז דער אָוונט איז געווען סײַ רירנדיק, סײַ באַלערנדיק, און האָט געהאָלפֿן פֿאַרזיכערן, אַז סײַ די יונגע געטאָ-קעמפֿער, סײַ די זעקס מיליאָן און סײַ די שארית־הפליטה וועלן ווײַטער דערמאָנט ווערן אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.