דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט געמאָלדן, אַז מאַכמוד אַבאַס, דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, מוז אויסקלײַבן, מיט וועמען שלום צו מאַכן — מיט ישׂראל צי מיט „כאַמאַס‟.
בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, האָבן די פּאַלעסטינער פּאָליטיקער דערקלערט, מיטוואָך, דעם 23סטן אַפּריל, אַז אַבאַסעס פּאַרטיי „פֿאַטאַך‟ און די איסלאַמיסטישע „כאַמאַס‟־באַוועגונג אין עזה, קלײַבן זיך צו שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטע רעגירונג במשך פֿון די קומענדיקע פֿינף וואָכן. די צוויי פּאַלעסטינער צדדים האָבן זיך געטראָפֿן אין עזה דינסטיק און מיטוואָך, און אָנגענומען דעם דאָזיקן באַשלאָס.
אינעם יאָר 2006, האָבן „פֿאַטאַך‟ און „כאַמאַס‟ געשאַפֿן אַ בשותּפֿותדיקע רעגירונג, וועלכע האָט זיך געהאַלטן בערך אַ יאָר. נתניהו האָט קריטיקירט די איצטיקע איניציאַטיוו פֿונעם פּאַלעסטינער פֿירער, און געטענהט, אַז אַנשטאָט צו שטרעבן צו דערגרייכן שלום מיט מדינת־ישׂראל, גייט אַבאַס צו מאַכן שלום מיט „כאַמאַס‟. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער האָט באַטאָנט, אַז דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע קאָן נישט האַנדלען מיט ביידע צדדים אין איין צײַט.
די ישׂראלדיקע רעגירונג, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האַלט „כאַמאַס‟ פֿאַר אַ טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע. ממילא, קאָן ישׂראל נישט מאַכן שלום מיט אַזאַ בשותּפֿותדיקער פּאַלעסטינער רעגירונג. אַבֿיגדור ליבערמאַן, דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטער, האָט מיטוואָך געוואָרנט, אַז אויב „פֿאַטאַך‟ וועט שאַפֿן אַן אַליאַנץ מיט „כאַמאַס‟, וועט די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע נישט קאָנען ווײַטער פֿירן שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישׂראל.
די פּאַלעסטינער פֿירער האָבן געענטפֿערט אויף די טענות מצד דער ישׂראלדיקער רעגירונג, אַז דער נײַער פּלאַן איז אַן אינערלעכער פּאַלעסטינער ענין, און אַז אַ בשותּפֿותדיקע רעגירונג קאָן דווקא יאָ העלפֿן אָפּצושטעלן דעם קאָנפֿליקט און דערגרייכן שלום. איסמאַיִל כאַניִע, דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון דער „כאַמאַס‟־רעגירונג אין עזה האָט דערקלערט, אַז די תּקופֿה פֿונעם קאָנפֿליקט צווישן די פּאַלעסטינער הויפּט־פּאַרטייען „איז געקומען צום סוף‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.