מיטוואָך, דער 23סטן אַפּריל, איז טאָני בלער, דער געוועזענער בריטישער פּרעמיער־מיניסטער, אויפֿגעטראָטן אינעם לאָנדאָנער צענטער פֿון דער ניו־יאָרקער פֿינאַנציעלער און מעדיאַ־פֿירמע „בלומבערג‟ מיט אַ רעדע קעגן דעם ראַדיקאַלן איסלאַמיזם.
בלער האָט געמאָלדן, אַז דער גורל פֿון מדינת־ישׂראל בלײַבט „אַבסאָלוט וויכטיק פֿאַרן גורל פֿונעם מיטל־מיזרח און דער גאַנצער וועלט‟, און גערופֿן די וועלט „זיך צו שטעלן קעגן דעם איסלאַמישן פֿונדאַמענטאַליזם, און צו שטיצן די פּרינציפּן פֿון רעליגיעזער פֿרײַהייט און אָפֿענע עקאָנאָמיעס‟. דער פּרעמיער האָט אויך געלויבט דעם אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי, פֿאַרן אַרײַנלייגן אַ סך מי אינעם ישׂראל־פּאַלעסטינער שלום־פּראָצעס.
דער בריטישער פֿירער האָט געשילדערט דעם מיטל־מיזרחדיקן קאָנפֿליקט ווי אַ „טיטאַנישן קאַמף‟ צווישן די, וואָס ווילן „אָנערקענען די מאָדערנע וועלט אינעם פּאָליטישן, סאָציאַלן און עקאָנאָמישן זין‟, און די, „וואָס ווילן שאַפֿן אַ פּאָליטיק פֿון רעליגיעזן אונטערשייד און עקסקלוסיוויזם‟. בלער האָט געמאָלדן, אַז אין דעם באַשטייט דער חילוק צווישן די פּאַלעסטינער פּאַרטייען, אומאָפּהענגיק פֿון די באַציִונגען מיט ישׂראל.
דער בריטישער פּרעמיער האָט צוגעגעבן, אַז הגם ער רופֿט נישט די מערבֿדיקע וועלט זיך אַרײַנצומישן אינעם מיטל־מיזרח דורך מיליטערישע מיטלען, „מיינט עס נישט, אַז מיר דאַרפֿן בלײַבן שטיל‟. בלער האָט באַטאָנט, אַז די אידעאָלאָגיע פֿונעם ראַדיקאַלן פּאָליטישן איסלאַם „קומט אין סתּירה מיט דער מאָדערנער וועלט‟ און „פֿאַרקריפּלט דעם אָריגינעלן באַדײַט פֿון דער מוסולמענישער רעליגיע‟.
דער פּרעמיער האָט אין זײַן רעדע דערקלערט, אַז די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטישע כּוחות „דעסטאַביליזירן גאַנצע גרופּעס און אַפֿילו לענדער‟ און „רײַסן אונטער די מעגלעכקייט פֿון פֿרידלעכער מיטעקזיסטענץ אין דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿון גלאָבאַליזאַציע.” מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך, לויט זײַן מיינונג, אינעם סאַמע צענטער פֿונעם דאָזיקן „שטורעם‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.