די קרימער קאַראַיִמער

The Crimean Karaites

אַ זומער־לאַגער פֿאַר קאַראַיִמער קינדער, אין דער היסטאָרישער פֿעסטונג און מוזיי, טשופֿוט־קאַלע, אין קרים
Courtesy of kale.at.ua
אַ זומער־לאַגער פֿאַר קאַראַיִמער קינדער, אין דער היסטאָרישער פֿעסטונג און מוזיי, טשופֿוט־קאַלע, אין קרים

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 25, 2014, issue of May 23, 2014.

קרים איז תּמיד (לכל-הפּחות אין די לעצטע יאָרטויזנטער) געווען באַפֿעלקערט דורך פֿאַרשיידענע עטנישע און רעליגיעזע גרופּעס. איידער דער קרימער האַלבאינדזל איז געוואָרן (אויף דער שפּראַך פֿון דער מאָסקווער פּראָפּאַגאַנדע) אַ „היסטאָריש רוסישע טעריטאָריע‟, וואָס איז געשען נאָר סוף 18טן יאָרהונדערט, האָט עס געהערט צו אַ טאָטערישער מלוכה. דאָס זײַנען ניט די זעלבע טאָטערן ווי אין טאַטאַרסטאַן. זיי זעען אויס אַנדערש (ווייניקער אָריענטאַליש), און די שפּראַך זייערע איז אויך היפּש אַנדערש. די זעלבע שפּראַך, מיט געוויסע אייגנאַרטיקייטן, האָבן גערעדט אויך די קרימטשאַקעס — די היגע ייִדן, ווי אויך די קאַראַיִמער.

די ייִדישע טעלעגראַפֿן-אַגענץ האָט לעצטנס דערציילט, אַז די פֿאַרבליבענע בערך אַכט הונדערט קרימער קאַראַיִמער (אויך באַקאַנט ווי „קראָים‟) האָבן זיך אויפֿגעפֿירט גאָר ניט אַזוי, ווי די טאָטערן, וועלכע האָבן בדרך-כּלל געשטימט קעגן דער רוסישער אַנעקסיע. די קאַראַיִמער האָבן, פֿאַרקערט, זיך געפֿרייט, אַז זיי וועלן ווערן בירגער פֿון רוסלאַנד. דער היסטאָרישער זכּרון מאָלט זיי רוסלאַנד ווי אַ גוטע מלוכה פֿאַר די קאַראַיִמער.

קאַראַיִמער זײַנען „כּמעט ווי ייִדן‟, אָבער זיי האַלטן ניט פֿונעם תּלמוד. אין ישׂראל, וווּ עס וווינען הײַנט אַרום 30 טויזנט קאַראַיִמער, האַלט מען זיי פֿאַר גענוג „אייגענע‟ זיי זאָלן גלײַך ווערן בירגער, אָבער אין גאַנצן פֿאַר ייִדן אָנערקענט מען זיי ניט. די רעליגיעזע קרײַזן האָבן פּראָבלעמען מיט זייערע חתונות, און ווען זיי האָבן חתונה מיט „גלאַט ייִדן‟, פֿאָדערט מען, זיי זאָלן מגייר זײַן. איך בין ניט זיכער, צי אַזוי איז תּמיד געווען, אָבער לעצטנס האָט די פּרעסע געשריבן וועגן אַזעלכע באַשלוסן פֿון די ישׂראלדיקע רבנים. ייִדן צייכענען זיך אויס בכלל אין דורכפֿירן גרענעצן — „דער איז אַ ייִד, און יענער איז אפֿשר אויך אַ שטיקל צי אין גאַנצן אַ ייִד, אָבער איך האַלט אים פֿאַר אַ גוי‟.

אַזוי איז הײַנט אין ישׂראל. אין רוסלאַנד האָט מען די קאַראַיִמער בכלל ניט געהאַלטן פֿאַר ייִדן — אַזאַ געזעץ האָט אין יאָר 1863 אונטערגעשריבן דער צאַר אַלעקסאַנדער דער צווייטער. דאָס איז געווען לאָגיש, ווײַל מע האָט געגלייבט, אַז דווקא פֿון תּלמוד שטאַמען אַלע „געפֿערלעכע‟ ייִדיש מידות. ווי אַ פּועל-יוצא פֿון דער געזעצלעכער ניט-ייִדישקייט, זײַנען די קאַראַיִמער ניט געווען פֿאַרשפּאַרט אין קיין תּחום-המושבֿ; אייניקע פֿון זיי זײַנען געוואָרן רײַך. (אמת, ניט ווייניק ייִדן זײַנען אויך געוואָרן רײַך, ניט געקוקט אויף אַלע באַגרענעצונגען.) הקיצור, אין צאַרישן רוסלאַנד האָט זיך זיי געלעבט גאָר ניט שלעכט.

היטלעריסטישע געלערנטע האָבן זיך ערנסט פֿאַרנומען מיט דער פֿראַגע, צי די קאַראַיִמער זײַנען טאַקע ניט קיין ייִדן. מיט דעם האָבן זיך באַשעפֿטיקט אַ צאָל פֿאָרשער, און ווען די מלחמה איז געקומען קיין מיזרח-אייראָפּע, האָט מען זיך קאָנסולטירט בײַ עטלעכע ייִדישע געלערנטע אויך. דאָ דאַרף מען זאָגן, אַז צווישן די ייִדישע געלערנטע האָט דאָמינירט די טעאָריע, אַז די קאַראַיִמער זײַנען עטניש געווען ניט ווייניקער ייִדן, ווי אַ סך אַנדערע ייִדישע גרופּעס; אָבער ווען די דײַטשן האָבן גענומען פֿרעגן וועגן אַזעלכע זאַכן, האָבן די ייִדן דירעקט אָדער אומדירעקט אונטערגעשפּילט יענע טעאָרעטיקער, וועלכע האָבן געטענהט, אַז, ווי אַ ראַסע, האָבן די קאַראַיִמער צו ייִדן קיין שום שײַכות ניט געהאַט. דערמיט האָבן די ייִדישע עקספּערטן (זיי זײַנען אַלע דערנאָך אומגעבראַכט געוואָרן) צוגעלייגט אַ האַנט צום ראַטעווען דאָס קליינטשיקע כּמו-ייִדישע פֿאָלק.

אַזוי איז טאַקע געווען — די דײַטשן האָבן די קאַראַיִמער ניט פֿאַררעכנט ווי ייִדן. נאָך מער: עפּעס אַ צאָל קרימער קאַראַיִמער האָבן געדינט די דײַטשן, צוזאַמען מיט די אַרום 20 טויזנט טאָטערן. נאָך דעם ווי די דײַטשן זײַנען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון קרים, האָט סטאַלין זיך צערעכנט מיט די טאָטערן: מיט 70 יאָר צוריק זײַנען זיי אַלע אַרויסגעשיקט געוואָרן אין מיזרחדיקע געגנטן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די אַרויסשיקונג איז געווען אַ טאָטאַלע און ברוטאַלע, קיינעם האָט מען ניט געשאַנעוועט — אַפֿילו די, וואָס האָבן זיך עוואַקויִרט און דערפֿאַר ניט געווען אונטער די דײַטשן, ווי אויך די טויזנטער סאָלדאַטן און אָפֿיצירן, וועלכע האָבן בעת דער מלחמה געטרײַ געדינט אין דער אַרמיי אָדער ווי פּאַרטיזאַנער. די טאָטערישע פּאַרטיייִשע פּני האָט מען אויך געשיקט אין די ווײַטע געגנטן, זיי זאָלן דאָרטן העלפֿן אָנצופֿירן מיט זייער פֿאָלק. קיין חידוש ניט, אַז די הײַנטיקע טאָטערן, וועלכע האָבן נאָר מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק באַקומען די מעגלעכקייט זיך אומצוקערן קיין קרים, זײַנען ניט קיין חסידים פֿון רוסלאַנד.

די קאַראַיִמער — זומער 1944 איז זייער צאָל אין קרים געווען 6,357 נפֿשות — האָט מען, אָבער, ניט אַרויסגעשיקט. פֿאַר וואָס? דער ישׂראלדיקער (אַמאָל מאָסקווער) פֿאָרשער אַבֿרהם טאָרפּוסמאַן האַלט, אַז געטאָן האָט מען עס גאָר ניט צופֿעליק. ער מיינט, אַז מע האָט זיי איבערגעלאָזט, ווײַל דעמאָלט האָט מען אין די הויכע פֿענצטער באַטראַכט און נאָך ניט אָפּגעוואָרפֿן דעם פּלאַן פֿון שאַפֿן אין קרים אַ ייִדישע רעפּובליק.

לויט דער רוסישער ציילונג אין יאָר 2010, האָבן אין לאַנד געוווינט 250 קאַראַיִמער. איצט, צוזאַמען מיט קרים, איז זייער צאָל געוואָרן גרעסער. אָט אַזאַ גרויסאַרטיקע מתּנה, אויף וועלכער אין מאָסקווע האָט מען זיך אַפֿילו ניט געריכט, האָט באַקומען די רוסישע מלוכה.