די מאָדערנע ליביע באַשטייט פֿון דרײַ פֿאַרשידענע ראַיאָנען, וואָס האָבן פֿון תּמיד אָן געהאַט אַ שוואַכע פֿאַרבינדונג. הײַנט נאָך דער רעוואָלוציע זײַנען פֿאַראַן מענטשן, ספּעציעל אין דעם מיזרח־טייל — די אַמאָליקע רוימישע פּראָווינץ קירענאַיקע, וואָס ווילן זיך אָפּטיילן פֿון דער מעטראָפּאָליע, און דערקלערן אומאָפּהענגיקייט.
מען טענהט אין מיזרח, אַז דער נאַפֿט געהערט צום מיזרח און ווערט צוגעגנבֿעט דורך דעם מערבֿ־טייל. די פֿריש־אויפֿגעקומענע רעבעלן אין דעם מיזרח ווילן נישט דערלאָזן, אַז די ליבישע רעגירונג זאָל עקספּאָרטירן דעם נאַפֿט, וואָס זײַן וויכטיקייט איז אומאָפּפֿרעגלעך, ווי אַ באַשטאַנד-טייל אין דעם שווערן פּראָצעס פֿון אויפֿבויען ליביע נאָך דער רעוואָלוציע. די פֿראַגע, וואָס בלײַבט הענגען אין דער לופֿטן, איז תּמיד די זעלבע: צי קען דער מיזרח זיך פֿאַרלאָזן אויפֿן מערבֿ?
נאָך דער רעוואָלוציע, וואָס האָט טאָטאַל געביטן דאָס פּנים פֿון דעם לאַנד, איז אויפֿגעקומען אַ גרויסע רעטעניש: וואָס פֿאַר אַ רעגירונג וועט הערשן אין ליביע? די דרײַ ראַיאָנען, וואָס שפּיגלען אָפּ די היסטאָרישע אײַנטיילונג פֿונעם איצטיקן לאַנד זענען: קירענאַיקע — מיט איר הויפּטשטאָט בענגאַזי; טריפּאָליטאַניע, וואָס שטייט בײַם ים־ברעג אין צפֿון-מערבֿ, מיט דער הויפּטשטאָט אין טריפּאָלי, און פֿעזאַן אין דרום-מערבֿ, וואָס איז באַפֿעלקערט איבערהויפּט מיט אַן אוראַלטן שבֿט פֿון צפֿון-אַפֿריקע.
קירענאַיקע האָט לכאורה געזאָלט זײַן רײַכער פֿון די אַנדערע טיילן, צוליב איר נאַפֿט, אָבער די מאַכט פֿון דער מאָדערנער ליביע האָט זיך שטענדיק געפֿונען אין טריפּאָלי, און די לאָקאַלע אינטערעסן זענען איר געווען נענטער צום האַרצן. דעריבער וויל אַצינד קירענאַיקע אײַנפֿירן אַ פֿעדעראַלע סיסטעם, וואָס היט בעסער אָפּ אירע רעכט, און אין מערבֿ וויל מען, די מדינה זאָל זיך האַלטן מער געאייניקט.
אײַנזעענדיק, אַז די רעגירונג, וואָס האָט איבערגענומען די מאַכט נאָך דער רעוואָלוציע, האָט נישט בדעה דורכצופֿירן אַ רעפֿערענדום וועגן דעם ענין פֿון פֿעדעראַליזם, האָבן די שבֿטים פֿון קירענאַיקע באַשלאָסן אָנצוכאַפּן די לייצעס און געגרינדעט אַ לאָקאַלן מאַכט-אָרגאַן.
זיי האָבן אויך פֿאַרמאַכט די פֿיר נאַפֿט־טערמינאַלן אין קירענאַיקע, כּדי די רעגירונג זאָל נישט קענען עקספּאָרטירן דאָס שוואַרצע גאָלד. ווען קאַדאַפֿי האָט רויִנירט די עקאָנאָמיע פֿון ליביע, איז דער נאַפֿט געוואָרן זייער וויכטיק בײַם אויפֿבויען די מדינה אויף ס’ניי. אַנשטאָט דעם, האָט דער ראַיאָן געפּרוּווט אַליין עקספּאָרטירן, אָבער קיין גרויסן דערפֿאָלג דאָ ניט דערגרייכט. נאָר די פֿאַרגאַנגענע וואָך, אַכט חדשים זינט מען האָט מיט געוואַלד פֿאַרמאַכט די טערמינאַלן, איז קירענאַיקע גרייט געווען צו עפֿענען צוויי פֿון זיי.
די ליבישע רעגירונג האָט מסכּים געווען צו ניצן אַ טייל פֿון דער הכנסה, כּדי צו אַנטוויקלען קירענאַיקע, און צוגעזאָגט דערצו, אַז אַלע פּראָווינצן וועלן באַקומען אַ יושרדיקע סומע. צוויי טערמינאַלן בלײַבן נאָך אַלץ פֿאַרמאַכט צוליב דעם, וואָס די רעגירונג האָט נאָך נישט מסכּים געווען אַרומצורעדן די מעגלעכקייט פֿון פֿעדעראַליזם. אָבער עס איז בכלל נישט קלאָר, אויב קירענאַיקע קען טאַקע זיך באַגיין אָן טריפּאָליטאַניע.
קירענאַינקע לײַדט שוין אַ צײַט פֿון אומזיכערהייט, און לעצטנס, איז דאָס געוואָרן נאָך ערגער. אַזוי האָט אַ גרופּע סאַלאַפֿיסטן, זיך אַרײַנגעריסן אין אַ מיזרחדיקער שטאָט, דערנאַ, וווּ זי וויל אײַנפֿירן די שאַריאַ־געזעצן. „אַל-קײַדאַ‟ געפֿינט זיך אויך אינעם ראַיאָן און ווערט באַשולדיקט אין כּלערליי אַטענטאַטן דאָרט און אין בענגאַזי. די תּושבֿים באַשולדיקן די סאַלאַפֿיסטן אויך אין דעם אַטאַקירן פֿרויען און קליינע קינדער פֿון די משפּחות, וואָס געהערן צו זייערע „שׂונאים‟, און פּראָטעסטירן אויף די גאַסן.
אָן דער הילף פֿון מערבֿ, מוזן די היגע תּושבֿים נעמען אויף זיך דאָס אַחריות אויסצורייניקן דאָס לאַנד פֿון מינעס, וואָס בלײַבן דאָרט נאָך אַלץ, ווי אַ „סוּוועניר‟ פֿון דער רעוואָלוציע. דעם 29סטן מאַרץ זײַנען צוויי מענטשן אומגעקומען פֿון דער געפֿערלעכער אַרבעט.
די פּראָבלעמען פֿון זיכערהײט זײַנען נישט אוניקאַל אין קירענאַיקע, אָבער דער מצבֿ איז דאָרט שווערער. אין אַלגעמיין האָט די רעגירונג נישט מצליח געווען צו קאָנפֿיסקירן דאָס געווער בײַ די געוועזענע מיליציעס, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער רעוואָלוציע, און ליביע איז געוואָרן אַ צענטער פֿון פֿאַרקויפֿן געווער צו די „דזשיהאַדיסטן‟ אין צפֿון-אַפֿריקע אָדער צו יענע, וואָס געפֿינען זיך אויפֿן וועג קיין סיריע.
דער אומצוטרוי צו דער רעגירונג האָט גורם געווען, אַז דער אַלגעמיינער נאַציאָנאַלער קאָנגרעס זאָל פֿאַרמאַכן דעם איצטיקן פּאַרלאַמענט און פּלאַנירן צו שאַפֿן אַ נײַעם. ליביע קען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף אירע שכנים, וואָס האָבן אויך אַדורכגעמאַכט דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟, און ליײַדן פֿון די „דזשיהאַדיסטן‟, וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון צפֿון-אַפֿריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.