די מאָדערנע ליביע באַשטייט פֿון דרײַ פֿאַרשידענע ראַיאָנען, וואָס האָבן פֿון תּמיד אָן געהאַט אַ שוואַכע פֿאַרבינדונג. הײַנט נאָך דער רעוואָלוציע זײַנען פֿאַראַן מענטשן, ספּעציעל אין דעם מיזרח־טייל — די אַמאָליקע רוימישע פּראָווינץ קירענאַיקע, וואָס ווילן זיך אָפּטיילן פֿון דער מעטראָפּאָליע, און דערקלערן אומאָפּהענגיקייט.
מען טענהט אין מיזרח, אַז דער נאַפֿט געהערט צום מיזרח און ווערט צוגעגנבֿעט דורך דעם מערבֿ־טייל. די פֿריש־אויפֿגעקומענע רעבעלן אין דעם מיזרח ווילן נישט דערלאָזן, אַז די ליבישע רעגירונג זאָל עקספּאָרטירן דעם נאַפֿט, וואָס זײַן וויכטיקייט איז אומאָפּפֿרעגלעך, ווי אַ באַשטאַנד-טייל אין דעם שווערן פּראָצעס פֿון אויפֿבויען ליביע נאָך דער רעוואָלוציע. די פֿראַגע, וואָס בלײַבט הענגען אין דער לופֿטן, איז תּמיד די זעלבע: צי קען דער מיזרח זיך פֿאַרלאָזן אויפֿן מערבֿ?
נאָך דער רעוואָלוציע, וואָס האָט טאָטאַל געביטן דאָס פּנים פֿון דעם לאַנד, איז אויפֿגעקומען אַ גרויסע רעטעניש: וואָס פֿאַר אַ רעגירונג וועט הערשן אין ליביע? די דרײַ ראַיאָנען, וואָס שפּיגלען אָפּ די היסטאָרישע אײַנטיילונג פֿונעם איצטיקן לאַנד זענען: קירענאַיקע — מיט איר הויפּטשטאָט בענגאַזי; טריפּאָליטאַניע, וואָס שטייט בײַם ים־ברעג אין צפֿון-מערבֿ, מיט דער הויפּטשטאָט אין טריפּאָלי, און פֿעזאַן אין דרום-מערבֿ, וואָס איז באַפֿעלקערט איבערהויפּט מיט אַן אוראַלטן שבֿט פֿון צפֿון-אַפֿריקע.
קירענאַיקע האָט לכאורה געזאָלט זײַן רײַכער פֿון די אַנדערע טיילן, צוליב איר נאַפֿט, אָבער די מאַכט פֿון דער מאָדערנער ליביע האָט זיך שטענדיק געפֿונען אין טריפּאָלי, און די לאָקאַלע אינטערעסן זענען איר געווען נענטער צום האַרצן. דעריבער וויל אַצינד קירענאַיקע אײַנפֿירן אַ פֿעדעראַלע סיסטעם, וואָס היט בעסער אָפּ אירע רעכט, און אין מערבֿ וויל מען, די מדינה זאָל זיך האַלטן מער געאייניקט.
אײַנזעענדיק, אַז די רעגירונג, וואָס האָט איבערגענומען די מאַכט נאָך דער רעוואָלוציע, האָט נישט בדעה דורכצופֿירן אַ רעפֿערענדום וועגן דעם ענין פֿון פֿעדעראַליזם, האָבן די שבֿטים פֿון קירענאַיקע באַשלאָסן אָנצוכאַפּן די לייצעס און געגרינדעט אַ לאָקאַלן מאַכט-אָרגאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.