דער פּאַמעלעכער פּראָצעס פֿון חורבן־קאָמפּענסאַציעס

Holocaust Restitution Moves Slowly in Eastern Europe

די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿאַר חורבן־קאָמפּענסאַציעס אין טערעזין, 2009
Courtesy of Czech Republic
די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿאַר חורבן־קאָמפּענסאַציעס אין טערעזין, 2009

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published April 25, 2014, issue of May 23, 2014.

אינעם יאָר 2009 איז אין דער טשעכישער שטאָט טערעזין דורכגעפֿירט געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ, בעת וועלכער 46 לענדער האָבן אויסגעאַרבעט אַ פּלאַן פֿון קאָמפּענסאַציע־פּראָגראַמען לטובֿת די ניצול־געוואָרענע פֿון דער שארית־הפּליטה. בעת דער דאָזיקער אונטערנעמונג האָט מען באַטאָנט, אַז די איבערגעלעבטע זענען זקנים פֿון אַ בכּבֿודיקער עלטער און מוזן באַקומען די קאָמפּענסאַציע וואָס גיכער.

למעשׂה, איז דער רעסטיטוציע־פּראָצעס אָנגעגאַנגען זייער פּאַמעלעך. כאָטש די באַשלוסן פֿון דער טערעזינער קאָנפֿערענץ קלינגען ערנסט און קלאָר, האָט זי נישט אַרויפֿגעלייגט קיין קאָנקרעטע פֿליכטן אויף די באַטייליקטע מלוכות; זייערע פֿאָרשטייער האָבן זיך אַפֿילו נישט אונטערגעשריבן אונטער די באַשלוסן. אינעם יאָר 2012, ווען מע האָט באַהאַנדלט דעם ענין צום צווייטן מאָל, האָט פּוילן זיך בכלל נישט באַטייליקט און בלײַבט נאָך אַלץ דאָס איינציקע געוועזענע נאַצי־אָקופּירטע לאַנד, וואָס האָט נישט אײַנגעפֿירט קיין ממשותדיקע רעסטוטוציע־פּראָגראַם פֿאַר דער שארית־הפּליטה, הגם פּונקט דאָרטן זענען אומגעבראַכט געוואָרן אַ ריזיקע צאָל ייִדן.

ליטע איז די איינציקע מלוכה, וואָס האָט טאַקע אײַנגעפֿירט אַ ערנסטע רעסטיטוציע־פּראָגראַם נאָך דער טערעזינער קאָנפֿערענץ. אינעם יאָר 2011, האָט די ליטווישע רעגירונג אויסגעטיילט 53 מיליאָן דאָלאַר, וואָס מע פּלאַנירט אָפּצוגעבן במשך פֿון די קומענדיקע 10 יאָר ווי אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַרן אייגנטום, וואָס די נאַציס האָבן אָפּגענומען בײַ די ייִדישע קהילות.

אַן אַנדער לאַנד, וואָס באַציט זיך ערנסט צו די חורבן־קאָמפּענסאַציעס, איז קראָאַטיע. אַ וואָך פֿאַר פּסח, האָט דוגלאַס דייווידסאָן, דער ספּעציעלער שליח פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט פֿאַר חורבן־רעסטיטוציעס, באַזוכט זאַגרעב, צוזאַמען מיט אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציע־פֿירער, און באַהאַנדלט דעם ענין מיט די פֿאָרשטייער פֿון דער קראָאַטישער רעגירונג. דייווידסאָן האָט איבערגעגעבן, אַז קראָאַטיע וויל אויסצאָלן די קאָמפּענסאַציעס, אָבער קאָן עס דערווײַל נישט טאָן, צוליב דעם שוואַכן עקאָנאָמישן מצבֿ.

אַחוץ די עקאָנאָמישע סיבות, ווילן אַ צאָל לענדער נישט געבן קיין קאָמפּענסאַציעס פֿאַר די אייגנטום־יורשים, וואָס זענען בירגער אָדער תּושבֿים פֿון אַנדערע לענדער. עטלעכע לענדער זענען גרייט אויסצוצאָלן די אייגענע בירגער, אָבער נישט די אויסלענדער.

מע איז זיך משער, אַז סערביע וועט ווערן אַן אַנדער לאַנד, וווּ מע וועט אײַנפֿירן אַ ממשותדיקע רעסטוטוציע־פּראָגראַם, ווײַל דאָס וועט העלפֿן סערביע אַרײַנצוטרעטן אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד.