זינט די אָרגאַניזאַציע „תּגלית־געבורטרעכט‟, האָט מיט 14 יאָר צוריק אָנגעהויבן שיקן ייִדישע סטודענטן אויף 10־טאָגיקע באַזוכן קיין ישׂראל פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, איז די צאָל אַפּליקאַנטן געוואַקסן פֿון יאָר צו יאָר.
אָבער במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָט זיך דער מצבֿ געביטן. לויט אַ באַריכט, וואָס „האָרץ‟ האָט לעצטנס באַקומען, איז די רעגיסטראַציע בײַ די צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדן צווישן די יאָרן 2011 און 2013 געפֿאַלן מיט מער ווי 17%. ווי אַ פּועל־יוצא האָט די אָרגאַניזאַציע אָנגעשטעלט אַ פּירסום־אַגענטור, וואָס זאָל אויסזוכן נײַע בעלנים — בפֿרט קאָלעדזש־סטודענטן מיט אַ קנאַפּער פֿאַרבינדונג צו דער ייִדישער קהילה. דער איינציקער תּנאי: כאָטש איינער פֿון די עלטערן מוז זײַן אַ ייִד.
די אַגענטור האָט אַרויסגעלאָזט אַ קאַמפּאַניע, „העלאָ, ישׂראל!‟ איבער 40 גרויסע קאָלעדזש־קאַמפּוסן, וווּ זיי באַטאָנען די פֿאַרווײַלערישע עלעמענטן פֿון אַ באַזוך קיין ישׂראל, באַגלייט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון יונגע־לײַט אין באָד־קאָסטיומען אויף דער פּלאַזשע, האָט איבערגעגעבן דער שעף פֿון „געבורטרעכט‟, גידי מאַרקס.
„געבורטרעכט‟ האָט זיך אויך באַמיט אָנצוטאַפּן דעם דופֿק פֿון דער הײַנטיקער יוגנט, דורך אַן אַנקעטע. מע האָט דורך דער אינטערנעץ אינטערוויויִרט מער ווי 800 סטודענטן צווישן 18 און 26 יאָר אַלט, וועלכע אידענטיפֿיצירן זיך ווי ייִדן אָדער האָבן אַ ייִדישע מאַמע אָדער טאַטן. די באַטייליקטע האָבן נישט אַרײַנגענומען די ייִדן, וועלכע האָבן זיך אַ מאָל געלערנט אין אַ ייִדישער טאָגשול אָדער מיטלשול; באַצאָלט מיטגלידערשאַפֿט אין אַ שיל, אָדער געהערט צו אַ „הילל‟ אָדער אַנדערער ייִדישער אָרגאַניזאַציע.
לויט די רעזולטאַטן פֿון דער אַנקעטע, האָבן די נישט־אַפֿיליִיִרטע ייִדן דערקלערט, אַז די הויפּט־סיבות פֿאַר וואָס זיי האָבן זיך ביז איצט נישט פֿאַרשריבן אויף אַ „געבורטרעכט‟־נסיעה איז אויס זאָרג, אַז זי וועט זײַן צו רעליגיעז פֿאַר זיי, אָדער אַז מע וועט דאָרט פּריידיקן פּראָ־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע. אַנדערע סיבות זענען געווען: אַ זאָרג וועגן דעם זיכערהייט־מצבֿ און „נישט געהאַט קיין צײַט דערפֿאַר‟.
כּדי זיך צוצופּאַסן צו די נײַע מעגלעכע אַפּליקאַנטן, קלערט „געבורטרעכט‟ צו טוישן דעם אינהאַלט פֿון די באַזוכן קיין ישׂראל: מע וועט גיכער באַטאָנען די הײַנטיקע דערגרייכונגען פֿון מדינת־ישׂראל, און ווייניקער — די געשיכטע און רעליגיע, האָט מאַרקס געזאָגט.
הגם צפֿון־אַמעריקע איז דער הויפּט ציל פֿון „געבורטרעכט‟, וועט די אָרגאַניזאַציע אויך ווערבירן קאַנדידאַטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאָרבאַנד און אוקראַיִנע. כּדי דאָס דורכצופֿירן האָט זי אָנגעשטעלט די ישׂראלדיקע אַגענטור Tel Aviv Moscow Advertising.
„געבורטרעכט‟ וועט אויך פֿאַרגרעסערן די פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר סטודענטן פֿון פֿראַנקרײַך. ביז איצט זענען ווייניק מענטשן געקומען פֿון דאָרט ווײַל די אָרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן נישט גענוג געלט צו פֿינאַנצירן די רײַזעס.
„פֿאַראַיאָרן זענען בלויז געקומען 110 מענטשן פֿון פֿראַנקרײַך,‟ האָט מאַרקס געזאָגט. „דאָס יאָר וועלן זיך באַטייליקן מער ווי 1,000, און מיר האַלטן, אַז במשך פֿון די קומעדיקע יאָרן וועלן פֿון פֿראַנקרײַך קומען צווישן 1,500 און 2,500 מענטשן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.