מײַן ערשטער ייִדיש־קלוב, וואָס איך האָב אים באַזוכט אין ישׂראל נאָך פֿאַרן קומען זיך באַזעצן דאָ אויף שטענדיק, איז געווען דער „אַרבעטער־רינג‟ אין תּל־אָבֿיבֿ אויף קאַלישער־גאַס 48.
די דירעקטאָרין פֿונעם קלוב, בעלאַ בריקס־קלײַן, און אירע קאָלעגעס: די באַקאַנטע דראַמאַטישע אַקטריסע שורה גרינהויז־טורקאָוו און יצחק לודען, דער שרײַבער און רעדאַקטאָר פֿון „לעבנס־פֿראַגן‟, גרייטן צו צו זייערע אונטערנעמונגען זייער אינטערעסאַנטע פּראָגראַמען, וועלכע באַשטייען בדרך־כּלל פֿון צוויי טיילן — אַ ליטעראַרישע און אַ מוזיקאַלישע.
אינעם ערשטן טייל טרעטן אויף באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער און געלערנטע, וועלכע דערציילן וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון ייִדישע פּערזענלעכקייטן, וועגן דעם גורל פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. די טעמעס פֿון זייערע רעפֿעראַטן זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיק און ווערן אָפּגעהאַלטן אויף אַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ — מערסטנס, אויף ייִדיש.
הויך־פּראָפֿעסיאָנעל ווערן דורכגעפֿירט אויך די מוזיקאַלישע פּראָגראַמען, וווּ כ’האָב געהערט זינגען טאַלאַנטירטע זינגער, וואָס זייער רעפּערטואַר איז באַשטאַנען פֿון פּאָפּולערע ייִדישע לידער, וועלכע דער עולם האָט גוט געקענט מיטגעזונגען.
ווען בעלאַ האָט מיר פֿאָרגעלייגט אויפֿצוטרעטן אין „אַרבעטער־רינג‟, צוזאַמען מיט דער יונגער זינגערין יעל כּהן, האָב איך אָנגענומען איר פֿאַרבעטונג מיט פֿרייד. עטלעכע ווערטער וועגן דער זינגערין: אַ געבוירענע אין ישׂראל, האָבן אירע עלטערן, סעווילאַ און סאָלאָ, אָפּשטאַמיקע פֿון קעשענעוו, געבראַכט יעל זיך לערנען וואָקאַל־קונסט אין דער מאָלדאַווישער מוזיק־אַקאַדעמיע מיט 10 יאָר צוריק.
דאָרט האָט דאָס מיידל זיך געלערנט אין מײַן קלאַס פֿון קאַמער־געזאַנג, און עס געטאָן מיט דערפֿאָלג. קיין גרויסן וואָקאַל־טאַלאַנט האָט זי נישט געהאַט, אָבער זיך אויסגעטיילט פֿון אַנדערע מײַנע סטודענטן מיט איר זעלטענער מוזיקאַלישקייט, אויפֿריכטיקייט און אײַנגעשפּאַרטער אַרבעטס־פֿעיִקייט. פֿאַרשטייט זיך, האָבנדיק אין מײַן קלאַס אַזאַ ייִדיש מיידעלע, דערצו נאָך די איינציקע אינעם גאַנצן לערן־אַנשטאַלט, האָב איך איר פֿאָרגעלייגט זיך צו באַטייליקן אין די ייִדישע פּראָגראַמען, וועלכע איך האָב געפֿירט בײַם קעשענעווער ייִדישן קולטור־צענטער. אַזוי האָבן זיך אין איר רעפּערטואַר, באַגלײַך מיט די קלאַסישע ווערק פֿון דעבוסי, שומאַן, גריג, טשײַקאָווסקי, באַוויזן אויך די ווערק אויף ייִדיש פֿון די אָרטיקע קאָמפּאָזיטאָרן: זלאַטע טקאַטש, באָריס דובאָסאַרסקי, ווי אויך באַאַרבעטונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקס־לידער.
נאָכן פֿאַרענדיקן די מוזיק-אַקאַדעמיע האָט יעל זיך אומגעקערט אַהיים, קיין ישׂראל, וווּ זי האָט ווײַטער זיך געלערנט אין דער תּל־אָבֿיבֿער מוזיק־אַקאַדעמיע. צום באַדויערן, האָט זיך איר פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער מוזיק איבערגעריסן. ווען איך בין אָנגעקומען אין לאַנד, האָב איך זיך מיט איר געטראָפֿן און פֿאָרגעלייגט אויפֿצושטעלן די איבערגעריסענע פֿאַרבינדונג, דהײַנו, אויפֿצולעבן די פּראָגראַם פֿון איר לעצטן קאָנצערט אין קעשענעווער ייִדישן קולטור־צענטער, וואָס מיר האָבן אָנגערופֿן „דאָס ליד פֿון בעסאַראַביע‟.
יעל האָט זיך אָנגעכאַפּט אין מײַן פֿאָרשלאָג. זי האָט אָנגעהויבן רעגלמעסיק צו קומען פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין נהריה, וווּ כ’האָב זיך באַזעצט, און ביסלעכווײַז אויפֿצושטעלן איר ייִדישן רעפּערטואַר.
דער קאָנצערט אין „אַרבעטער־רינג‟ איז געווען איר ערשטער אויפֿטריט אין ישׂראל מיט אַ ייִדישער פּראָגראַם. איך מוז זיך מודה זײַן, אַז פֿאַרן אָנהייב פֿונעם קאָנצערט האָב איך זייער איבערגעלעבט: ווי אַזוי וועט דאָס פּובליקום, וואָס איז שוין צוגעוווינט צו הערן טראַדיציאָנעלע ייִדישע לידער, אויפֿנעמען גאָר אַ נײַע אומבאַקאַנטע מוזיק? צי וועט זיך יעל, וואָס האָט שוין אַ היפּשע צײַט נישט געזונגען פֿאַר אַ פֿול־געפּאַקטן זאַל, נישט איבערשרעקן?
שוין דאָס ערשטע ליד, איציק מאַנגערס „דאָס ליד פֿון בעסאַראַביע‟, אויף דער מוזיק פֿון סידאָר בעלאַרסקי, האָט אָפּגעוואָרפֿן אַלע מײַנע ספֿקות. יעל האָט געזונגען מיט אַ געפֿיל פֿון טיפֿן אומעט און טראַגישער דראַמאַטישקייט. נאָכן לעצטן קלאַנג האָט זיך אין דער לופֿטן געהאַלטן אַ צאַפּלדיקע שטילקייט, און דערנאָך — אַן אויפֿרײַס פֿון אַפּלאָדיסמענטן…
אין דעם טאָג האָט יעל, צווישן אַנדערס, געזונגען אויך דאָס רירנדיקע פֿאָלקס־ליד „פֿרײַטיק אויף דער נאַכט‟, און די מענטשן אין זאַל האָבן אונטערגעכאַפּט דאָס שפּאַסיקע ליד פֿון זלאַטע טקאַטש אויף די ווערטער פֿון משה לעמסטער „זײַ אַ חכם‟. אַגבֿ, איז דער דיכטער בײַגעווען אויפֿן קאָנצערט און איז וואַרעם באַגריסט געוואָרן פֿונעם עולם…
נאָכן קאָנצערט זײַנען צו אונדז צוגעקומען מענטשן. באַגריסט און באַדאַנקט, אָבער וואָס איז מיר באַזונדערס געווען צום האַרצן, אַז אַלע האָבן באַטאָנט ווי פֿריש און נײַ איז אונדזער פּראָגראַם, און ווי אויסגעצייכנט קלינגט יעלס ייִדיש. דער לעצטער קאָמפּלימענט האָט זיך ממש צעגאָסן מיט האָניק אין מײַן האַרצן, ווײַל יעל, אַ העבעריִש־רעדנדיקע, ווען זי איז נאָר געקומען אין מײַן קלאַס, האָט קיין איין ייִדיש וואָרט נישט געקענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.