מיט אַ צײַט צוריק האָט קאָבי ווײַצנער אונדז דערציילט וועגן אַ פּויליש־ייִדישער מאָדע־דיזײַנערין, וואָס ניצט אויס ייִדישע מאָטיוון, ווי דער מגן־דוד, אין אירע מאָדעלן. אויך אין פּאַריז, וואָס ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי די הויפּטשטאָט פֿון מאָדע, איז דאָ איצט אַן ענלעכע טענדענץ. אין די לעצטע חדשים קען מען זען ייִדישע אותיות און אַנדערע מאָטיוון אויף די קליידער פֿון צוויי יונגע מאָדע־פֿירמעס.
די ערשטע פֿירמע טראָגט דעם טשיקאַוון העברעיִשן נאָמען „חשבון‟, געשריבן מיט דער פֿראַנצייזישער טראַנסליטעראַציע (H’échbone), נאָר אויף אַלע אירע קליידער שטייט דאָס וואָרט, „חשבון‟, געשריבן מיט ייִדישע אותיות. די גרינדער פֿון דער פֿירמע זענען צוויי יונגע חבֿרים: אַ ייִד, יאָאַן ברוך, און אַ מוסולמענער, סוליימאַן קאַמיסקאָ.
אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער ישׂראלדיקער צײַטונג „האָרץ‟, האָט יאָאַן ברוך דערציילט, אַז די אידעע פֿאַרן אָריגינעלן נאָמען „חשבון‟ איז געקומען צו זיי בשעת אַ בשותּפֿותדיקער רײַזע קיין ישׂראל אין 2011. זיי האָבן געגעסן אין אַ רעסטאָראַן און ווען זיי האָבן געוואָלט באַצאָלן, האָט מען זיי, אַוודאי, געגעבן דעם חשבון…
דאָס וואָרט איז שטאַרק געפֿעלן געוואָרן זײַן חבֿר סוליימאַן — אי צוליב דעם קלאַנג, אי צוליב דער עסטעטיק פֿון די אותיות. ער האָט עס אַזוי פֿיל איבערגעחזרט, אַז ווען זיי זענען צוריקגעקומען קיין פֿראַנקרײַך, האָט מען אים געגעבן דעם צונאָמען „חשבון‟. ווען זיי האָבן געזוכט אַ נאָמען פֿאַר דער נײַער מאַרקע מיט עטלעכע חדשים צוריק, איז גאַנץ נאַטירלעך געווען אויסצוקלײַבן דאָס וואָרט.
זייערע מאָדעלן זענען זייער פּשוטע און מינימאַליסטישע: זומער־העמדלעך אָדער שוויצהעמדער, וואָס טראָגן זייער ייִדישע סיגנע. פֿונדעסטוועגן, זענען זיי אין גיכן געוואָרן פּאָפּולער, דער עיקר, דאַכט זיך, אַ דאַנק דער באַקאַנטשאַפֿט פֿון ברוך און קאַמיסקאָ מיט עטלעכע באַרימטע פֿוסבאָל־שפּילער, וואָס זיי שטעלן פֿאָר ווי זייערע „מוזעס‟.
זיי האָבן געבעטן אַזעלכע שפּילער, ווי מאַריאָ באַלאָטעלי, סיידו קייטאַ און לײַווין קורזאַוואַ זיך צו לאָזן פֿאָטאָגראַפֿירן מיט זייערע קליידער, און אַרויפֿגעשטעלט די פֿאָטאָס, ווי אַ רעקלאַמע, אויף „אינסטאַגראַם‟. איידער וואָס און ווען, האָט מען שוין געקענט זען דאָס וואָרט „חשבון‟ אויף די טורן פֿון גאָר אַ סך פֿוסבאָל־שפּילער, און גאָר גיך נאָך דעם האָבן אויך די פֿוסבאָל־אָנהענגער אָנגעהויבן זיי צו קויפֿן.
ברוך און קאַמיסקאָ זאָגן, אַז זיי ווילן זיך נישט אַרײַנמישן אין פּאָליטיק, אָבער זייערע קליידער ווײַזן, אַז ייִדן און מוסולמענער קענען לעבן בשלום. זיי דערציילן, אַז אַ סך מוסולמענישע פֿוסבאָל־שפּילער טראָגן זייערע העמדער, און אַפֿילו ניקאָלאַ אַנעלקאַ האָט עס. אַנעלקאַ איז אַ פֿראַנצייזישער פֿוסבאָל־שפּילער, וואָס שפּילט איצט אין ענגלאַנד, און מיט אַ פּאָר חדשים צוריק איז ער באַשטראָפֿט געוואָרן, ווײַל ער האָט אויסגעדריקט דעם אַנטיסעמיטישן צייכן „קענעל‟ בשעת אַ פֿוסבאָל־שפּיל.
די צווייטע פֿירמע וואָס ניצט ייִדישע אותיות אין אירע מאָדעלן איז „מאָנסטאַ איקס ביוטיפֿול מאָנסטאַ‟. זי פֿאַרנעמט זיך נישט בלויז מיט מאָדע, נאָר מיט אַ סך אַנדערע מינים מאָדערנע קונסטן, ווי מוזיק און ווידעאָ. אין איר נײַער קאָלעקציע Super Rich Kids, „זייער רײַכע קינדער‟, האָט די פֿירמע געלאָזט שרײַבן דעם נאָמען „מאָנסטאַ‟ אויף די קליידער אי מיט ייִדישע, אי מיט אַראַבישע אותיות, און זיך באַניצט מיט מגן־דודס אויך.
זיי זאָגן, אַז די קליידער זענען נישט געמאַכט געוואָרן, כּדי צו געפֿעלן ווערן אַלעמען, נאָר כּדי צו ווײַזן זייערע אידעען. דער סטיל ווערט אינספּירירט פֿון די קליידער פֿון ראַפּ־זינגערס, דאָס הייסט, גאָר ברייטע קליידער, וואָס הענגען אַ מאָל אויפֿן קערפּער, ווי זעק. עס איז, דער עיקר, צוגעפּאַסט פֿאַר יוגנטלעכע.
עס איז אינטערעסאַנט צו זען, אַז אין ביידע פֿירמעס, אי „חשבון‟, אי „מאָנסטאַ‟, האָט מען געוואָלט ווײַזן דווקא דאָס פֿרידלעכע צוזאַמענלעבן פֿון ייִדן און מוסולמענער, כאָטש אַ סך מאָל רעדט מען מער וועגן די שטענדיקע סיכסוכים צווישן די צוויי ציבורים אין פֿראַנקרײַך. נאָר די רעאַליטעט איז אַלע מאָל קאָמפּליצירטער ווי דאָס, וואָס מע ווײַזט אויף דער טעלעוויזיע; אַ מאָל, קען מען דאָס אויך זען דורך דער מאָדע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.