יעדעס יאָר, דעם 25סטן אַפּריל, פֿײַערן אויסטראַליע און נײַ-זילאַנד דעם יאָרטאָג נאָך זייער בשותּפֿותדיקער דורכפֿאַל-אינוואַזיע אין טערקײַ, וואָס איז פֿאָרגעקומען אויף דער פּלאַזשע גאַליפּאָלי אינעם יאָר 1915, מיט כּמעט הונדערט יאָר צוריק. די אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדישע געוועזענע סאָלדאַטן פֿון אויסטראַליע און נײַ-זילאַנד און דער עקזעקוטיוו-ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום גרייטן צו אַ ריי אונטערנעמונגען, וועלכע דאַרפֿן פֿאָרקומען במשך פֿון די קומענדיקע פּאָר יאָר ביז 2018, כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד די טויזנטער ייִדן, וועלכע האָבן געדינט אין דער אויסטראַלישער אַרמיי און אין דער אַרמיי פֿון נײַ-זילאַנד. די אויסטראַלישע רעגירונג און פּריוואַטע מנדבֿים וועלן באַצאָלן פֿאַר די אונטערנעמונגען.
אַן ערך דרײַ הונדערט ייִדישע סאָלדאַטן האָבן געדינט אין גאַליפּאָלי און אַן ערך פֿינף און פֿופֿציק פֿון דער צאָל זײַנען געשטאָרבן אָדער אין שלאַכט, אָדער האַרט נאָך דעם, צוליב שווערע וווּנדן.
איין גרויסע אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען אין דער „גרויסער שיל‟ אין סידנעי דעם 3טן מײַ, 2015. מלוכה־לײַט, מיליטער-לײַט, ייִדישע געוועזענע סאָלדאַטן און זייערע משפּחות וועלן אין דעם אָנטיילנעמען, צו דערמאָנען גאַליפּאָלי אויף אַ ייִדישן אופֿן. אַזוי ווי די נעמען פֿון די ייִדישע סאָלדאַטן וועלן דערמאָנט ווערן, בעטן זיך די אָרגאַניזאַטאָרן בײַ די משפּחות צו פֿאַרזיכערן, אַז די נעמען פֿון זייערע קרובֿים, וועלכע האָבן געקעמפֿט אין גאַליפּאָלי און אין דער ערשטער וועלט-מלחמה בכלל, זאָלן זײַן אויף דער אָפֿיציעלער רשימה. ווײַזט אויס, אַז נישט אַלע ייִדישע סאָלדאַטן האָבן זיך פֿאַרשריבן ווי ייִדן, ווען זיי זײַנען אַרײַן אין דער אַרמיי. דאָס פֿאַרשאַפֿט גרויסע שוועריקייטן פֿאַר די, וועלכע ווילן אויספֿאָרשן אַלע ייִדן, וועלכע האָבן געדינט אינעם אויסטראַלישן מיליטער.
עס ווערט אויך צוגעגרייט אַ בוך וועגן ייִדן, וועלכע האָבן געדינט אינעם אויסטראַלישן מיליטער, וואָס דאַרף אַרויס אין מיטן 2015. דער מחבר איז דער אָנגעזעענער מיליטערישער היסטאָריקער מאַרק דייפּין. דאָס וועט זײַן די ערשטע פֿולע שטודיע פֿון דער ראָלע, וואָס ייִדן האָבן געשפּילט אינעם מיליטער פֿון אויסטראַליע און פֿון נײַ-זילאַנד.
דער אויסטראַלישער ייִדישער סאָלדאַט העראָלד קאָלינס האָט פֿאָטאָגראַפֿירט דעם אויסטראַלישן לאַגער אין גאַליפּאָלי, און מע רעדט וועגן דורכפֿירן אַן אויסשטעלונג פֿון זײַנע 172 פֿאָטאָס אינעם סידנעיער ייִדישן מוזעום. קאָלינס האָט געדינט אין גאַליפּאָלי, עגיפּטן און פֿראַנקרײַך בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה. דער פּלאַן איז, אַז די אויסשטעלונג זאָל זיך עפֿענען אין סידנעי אינעם יאָר 2015, און אַז זי זאָל דערנאָך אַרומפֿאָרן איבער אויסטראַליע ביזן סוף פֿונעם יאָר 2018.
דער ייִדישער מוזעום פֿון אויסטראַליע, וואָס געפֿינט זיך אין מעלבורן, פּלאַנירט אַן אויסשטעלונג וועגן דעם אויסטראַלישן ייִדישן גענעראַל סער דזשאָן מאָנאַש, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט די אויסטראַלישע און נײַ-זילאַנדער אַרמייען במשך פֿון דער צווייטער העלפֿט פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה. די אויסשטעלונג וועט זיך עפֿענען במשך פֿונעם יאָר 2015. מאָנאַש איז געבוירן געוואָרן אין מעלבורן און איז געווען טעטיק אין דער מעלבורנער ייִדישער קהילה.
מע רעדט אויך וועגן אויפֿבויען אַ נאָציאָנאַלן ייִדישן מיליטערישן דענקמאָל אין דער אויסטראַלישער הויפּט-שטאָט, קאַנבערע, וואָס זאָל זיך געפֿינען אינעם לאָקאַלן ייִדישן צענטער. אַ צווייטער פּלאַן איז אויפֿצושטעלן אַ טאָוול, אָפּצוגעבן כּבֿוד די טאַסמאַנישע ייִדן, וועלכע האָבן געדינט אינעם אויסטראַלישן מיליטער בעת ביידע וועלט-מלחמות אינעם לאָקאַל פֿון דער „האָבאַרט־שיל‟. דאָס איז די עלטסטע שיל-געבײַדע אין אויסטראַליע.
אַנדערע פּלאַנירן צוצוגרייטן דערציִערישע מאַטעריאַלן און פּראָגראַמען וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אינעם אויסטראַלישן מיליטער.
מע קען לייענען מער פּרטימדיק וועגן די פֿאָראויסגעזעענע פּראָיעקטן אויף דער וועבזײַט: www.najex.org.au
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.