אַ געזעגענונג־וואָרט פֿאַר „לעבנס־פֿראַגן‟

A Word of Farewell to “Lebns-Fragn”


Published April 29, 2014, issue of May 23, 2014.

טײַערער פֿרײַנד און קאָלעגע, יצחק לודען! עס ווערט אַוודאי ביטער אויפֿן האַרצן, ווען אַ ייִדיש־אינסטיטוציע שליסט זיך. צוריק גערעדט, איז עס אַ „גוטע‟ געלעגנהייט צו דערמאָנען און באַטאָנען, ווי וויכטיק איז די דאָזיקע אינסטיטוציע געווען און וועט בלײַבן אין דער געשיכטע פֿון אונדזער פֿאַרשיידנאַרטיקער נאַציאָנאַלער ירושה.

די אויסגאַבע „לעבנס־פֿראַגן‟ געהערט דווקא צו אַזעלכע אינסטיטוציעס, וואָס האָט נאָכן חורבן־אייראָפּע אַרײַנגעבראַכט די דאָרטיקע „דאָיִקייט‟ אין מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט די רעשטלעך לעבן־געבליבענע, וואָס אַ סך פֿון זיי זײַנען געווען צווישן די געטרײַסטע לייענער.

במשך פֿון די 63 יאָר האָט דער זשורנאַל נישט אויפֿגעהערט צו שטעלן לעבנס־וויכטיקע פֿראַגעס, פֿאַרבונדן מיט פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע טעמעס, און זוכן אויף זיי אַן ענטפֿער, וואָס האָט שטענדיק געשטימט מיטן אַלגעמיינעם צוגאַנג פֿון דער אויסגאַבע בכלל און דעם לאַנג־יאָריקן רעדאַקטאָר, יצחק לודען, בפֿרט: „טונק אײַן די פֿעדער אין געוויסן, איידער דו טונקסט זי אײַן אין טינט‟.

יעדער איינער, ווער ס’איז פֿאַרבונדן מיט ייִדיש, האָט וואָס צו זאָגן וועגן „לעבנס־פֿראַגן‟ און זײַן רעדאַקטאָר, יצחק לודען. די צוויי נעמען האָבן זיך שוין לאַנג צונויפֿגעשמאָלצן אין איין באַגריף — געטרײַשאַפֿט דער סאָציאַליסטישער אידעאָלאָגיע און דעם ייִדישן וואָרט.

יצחק לודען, האָט לאַנגע יאָרן מיטגעאַרבעט מיטן „פֿאָרווערטס‟, ווי דער ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט אין ישׂראל. זײַנע אַרטיקלען זײַנען שטענדיק געווען אַקטועל, שאַרף, אַפֿילו קאָנטראָווערסיעל, מיט אַ טיפֿן אַנאַליז פֿון די געשעענישן; און אַוודאי, מיט אַן אייגענער אָפּשאַצונג, וואָס נישט יעדן לייענער פֿלעגט עס זײַן צום האַרצן. אַזאַ מין זשורנאַליזם איז הײַנט אַ זעלטנהייט!

איך בין זיכער, אַז יצחק לודענס שאַפֿערישע פּען וועט טריקן נישט בלײַבן, כאָטש ער איז שוין לאַנג געוואָרן אַ נאַש־בראַט מיטן קאָמפּיוטער. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ אים פֿון דער רשימה אונדזערע שרײַבערס נישט אויסגעמעקט.

יאָ, די אויסגאַבע „לעבנס־פֿראַגן‟ גייט זיך שליסן; אָבער אין איר נאָמען, אינעם סאַמע יסוד פֿון איר עקזיסטענץ, ליגן צוויי אייביקע גרונט־שטיינער: דאָס לעבן גייט אָן ווײַטער און די פֿראַגעס, וואָס קומען אויף יעדן נײַעם טאָג, פֿאָדערן אַן ענטפֿער. אַ שאָד פּשוט, וואָס דער ענטפֿער וועט מער נישט קלינגען פֿון אירע שפּאַלטן אין ייִדיש.

אין נאָמען פֿון דער רעדאַקציע, באָריס סאַנדלער

ניו־יאָרק, אַפּריל 28, 2014