אַ לייענער פֿון מײַן אַרטיקל וועגן אַרמעניע האָט איבערגעלאָזט אַ קאָמענטאַר וועגן דעם, אַז מע וואָלט געדאַרפֿט אַזעלכע פּובליקאַציעס באַזאָרגן מיט אַ מאַפּע. איך בין מסכּים מיטן לייענער — מע קען ניט פֿאָדערן פֿון יעדן איינעם צו זײַן אַ מומחה אין געאָגראַפֿיע, בפֿרט אין דער מאַפּע פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ס‘איז שווער צו האַלטן אין קאָפּ די מאַפּעס, וועלכע שפּיגלען אָפּ ניט נאָר די גרענעצן צווישן די 15 סאָוועטישע רעפּובליקן, וואָס ס‘רובֿ פֿון זיי האָבן זיך מער אָדער ווייניקער רויִק פֿאַרוואַנדלט אין אומאָפּהענגיקע מדינות. אַ חוץ זיי, זײַנען נאָך דאָ ברעקלעך פֿון אייניקע רעפּובליקן. (אַגבֿ, יעדער איינער האָט, פֿאַרשטייט זיך, אַ צוטריט צו אַזעלכע אינטערנעץ-מאַפּעס.)
איך רעד איצט ניט וועגן קרים, וואָס רוסלאַנד האָט ניט לאַנג צוריק פּשוט בגוואַלד אָפּגעריסן פֿון אוקראַיִנע. איך מיין, ערשטנס און צווייטנס, אַבכאַזיע און דרום-אָסעטיע, וועלכע זײַנען געווען אין די סאָוועטישע צײַטן טיילן פֿון גרוזיע. דריטנס, נאַגאָרני-קאַראַבאַך, איבער וועלכן עס שלאָגן זיך ביז הײַנט אַרמעניע און אַזערבײַדזשאַן. און פֿערטנס, די געגנט, וועלכע מע רופֿט אָפֿט מאָל „טראַנסניסטריע‟, כאָטש דאָס איז אַ פֿאַרפֿירערישער נאָמען.
ס‘איז פֿאַרפֿירעריש, ווײַל מיטן וואָרט „טראַנסניסטריע‟ האָט מען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה גערופֿן אַ גרויסע געגנט, צווישן די טײַכן דנעסטער און בוג, וואָס איז געווען אונטער דער רומענישער אָקופּאַציע, און וווּ עס זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן איבער 200 טויזנט ייִדן. די דאָזיקע געגנט האָט אין זיך אַרײַנגענומען גרויסע שטחים פֿון אוקראַיִנע, ווי אויך פֿון מאָלדאַוויע. אָבער דאָס הײַנטיקע ברעקל פֿון דער מאָלדאַווישער רעפּובליק איז נאָר אַ קליינער טייל פֿון דער אַמאָליקער טראַנסניסטריע. דאָס איז, דער עיקר, די טעריטאָריע, וועלכע האָט ביז אויגוסט 1940 געהייסן — די מאָלדאַווישע אויטאָנאָמע רעפּובליק, מיט איר הויפּטשטאָט אין טיראַספּאָל, און איז געווען אין דעם באַשטאַנד פֿון סאָוועטן-אוקראַיִנע. דערנאָך, ווען דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט צוגענומען בײַ רומעניע די געגנטן פֿון בעסאַראַביע און בוקאָווינע, האָט זיך אויף דער מאַפּע באַוויזן די הײַנטיקע גרענעצן פֿון מאָלדאָווע: מע האָט זי צונויפֿגעשטוקעוועט פֿון דער מאָלדאַווישער אויטאָנאָמער געגנט און בעסאַראַביע, בעת בוקאָווינע, מיט טשערנאָוויץ, האָט מען צוגעטשעפּעט צו אוקראַיִנע.
און אַזוי איז עס פֿאַרבליבן. די אַלט-סאָוועטישע געגנטן, אַרום טיראַספּאָל, זײַנען געווען און בלײַבן נאָר אויף אַ דריטל באַפֿעלקערט דורך די מאָלדאַוואַנער. דאָס איז געווען דער סאַמע אינדוסטריאַליזירטער טייל פֿון דער רעפּובליק; דאָרטן, אויף די בערך 12 פּראָצענט פֿון סאָוועטישער מאָלדאַוויע, האָט מען אויסגעאַרבעט כּמעט אַ העלפֿט פֿון דער פּראָדוקציע, און 90 פּראָצענט — פֿון דער עלעקטריע.
דערנאָך זײַנען געקומען די צײַטן, ווען דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט אָנגעהויבן זיך צעפֿאַלן. די מאָלדאַווישע נאַציאָנאַליסטן, גלײַך ווי די נאַציאָנאַליסטן אין אַ סך אַנדערע טיילן פֿון דער אָפּגעשוואַכטער קאָמוניסטישער מלוכה, האָבן גענומען קעמפֿן מיט דער רוסישער שפּראַך, געמאַכט פֿאַקטיש די רוסיש-שפּראַכיקע באַפֿעלקערונג פֿאַר בירגער פֿון דעם צווייטן סאָרט. מע האָט גערעדט וועגן צונויפֿגיסן מאָלדאָווע מיט רומעניע.
דער רוסיש-רעדנדיקער עולם פֿון טיראַספּאָל האָט עס בשום-אופֿן ניט געוואָלט, און ס‘איז געוואָרן „פֿריילעך‟. אין יאָר 1992 איז דער קאָנפֿליקט אַריבערגעוואַקסן אין אַ שיסערײַ. די רוסישע אַרמיי האָט זיך אַוודאי געשטעלט אויף דער זײַט פֿון טיראַספּאָל. אַזוי האָט זיך באַוויזן אַ כּמו-מדינה, וועלכע הייסט אויף רוסיש „פּרידנעסטראָוויע‟, און אויף ייִדיש דאַרף מע עס, אַ פּנים, רופֿן „בײַניסטריע‟, כּדי ניט פּלאָנטערן עס מיט „טראַנסניסטריע‟.
פֿאָרמעל בלײַבט בײַניסטריע נאָך אַלץ אַ טייל פֿון דער איצטיקער מלוכה מאָלדאָווע, ווײַל די אינטערנאַציאָנאַלע וועלט אָנערקענט ניט די מאַכט פֿון טיראַספּאָל, הגם זי פֿירט זיך אויף גלײַך ווי בײַניסטריעד וואָלט שוין געווען אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה. די באַפֿעלקערונג איז דאָרטן אַרום 500 טויזנט נפֿשות. צווישן זיי זײַנען בערך 180 טויזנט אויך בירגער פֿון רוסלאַנד, און די איבעריקע האָבן מאָלדאַווישע צי אוקראַיִנישע פּעסער, ווײַל אַנדערש קענען זיי ניט אַרומפֿאָרן.
אין סעפּטעמבער 2006 איז דאָרטן דורכגעפֿירט געוואָרן אַ רעפֿערענדום, וואָס האָט געוויזן, אַז כּמעט אַלע ווילן, אַז זייער „לאַנד‟ זאָל ווערן אַ טייל פֿון רוסלאַנד. אָבער רוסלאַנד מאַכט זיך דערווײַל ניט־וויסנדיק, בפֿרט נאָך, אַז בײַניסטריע האָט ניט קיין דירעקטן צוטריט צו דער רוסישער טעריטאָריע — עס איז צונויפֿגעפּרעסט פֿון אַלע זײַטן צווישן אוקראַיִנע און מאָלדאָווע.
לעצטנס, אָבער, האָט מען ווידער דערהערט, אַז בײַניסטריע בעט זיך מע זאָל זי אָנערקענען ווי אַ טייל פֿון רוסלאַנד, ווי דאָס האָט מען לעצטנס געטאָן מיט קרים. און מע האָט אין דער מעדיאַ גענומען אַרומרעדן אַזאַ סצענאַר: רוסלאַנד וועט אָקופּירן דעם גאַנצן דרום און מיזרח-דרום פֿון אוקראַיִנע, אַזש ביז די גרענעצן, וואָס טיילן הײַנט אָפּ בײַניסטריע פֿון אוקראַיִנע. אויף אַזאַ אופֿן וואָלט געקענט זיך באַקומען אַ „לאָגישע‟ אַנעקסיע פֿון רוסיש-רעדנדיקע טעריטאָריעס. ווי אַ רמז אויף דעם, וואָס פּוטין האָט אין זינען אַזאַ פּלאַן, איז פֿאַרטײַטשט געוואָרן דער טערמין, וועלכן דער רוסישער פֿירער האָט ניט לאַנג צוריק גענוצט, רעדנדיק מכּוח דרום און מיזרח-דרום פֿון אוקראַיִנע, דהײַנו: „נאָוואָראָסיע‟, אָדער „נײַ-רוסלאַנד‟ — אַזוי האָט עס געהייסן אין די צאַרישע צײַטן, און איצט קלינגט עס ווי אַ סימן, אַז פּוטין וויל ניט רופֿן די טעריטאָריעס ווי אַ טייל פֿון אוקראַיִנע.
דער גאַנצער פּלאַן קלינגט ווילד און געפֿערלעך; אָבער רוסלאַנד איז הײַנט, בכלל, ווילד און געפֿערלעך. אַזוי אַז פֿון מאָסקווע קען מען הײַנט אַלץ דערוואַרטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.