דער ייִדישער בירגער־מײַסטער פֿון כאַרקאָוו, מיזרח־אוקראַיִע, איז געשאָסן געוואָרן אין אַן אַטענטאַט מיטוואָך אין דער פֿרי, און געפֿינט זיך איצט אין אַ קריטישן מצבֿ אין שפּיטאָל. כאַרקאָוו איז די צווייט גרעסטע שטאָט אין אוקראַיִנע.
גענאַדי קערסעס איז פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין דער פּלייצע, האָבן איבערגעגעבן די הויכע באַאַמטע פֿון דער שטאָט דורך אַן עפֿנטלעכער דערקלערונג. „די דאָקטוירים טוען אַלץ מעגלעכס אים צו ראַטעווען.‟ די דערקלערונג האָט אָבער נישט געהאַט קיין אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם אַטאַקירער.
די אָפֿיציעלע וועבזײַט פֿון דער ייִדישער קהילה אין כאַרקאָוו באַצייכנט קערנעס ווי „אַ ייִד, לויטן עטנישן אָפּשטאַם‟. עלענאָר גרויסמאַן, די רעדאַקטאָרין פֿון דער ייִדישער אוקראַיִנישער נײַעס־וועבזײַט //evreiskiy.kiev.ua, האָט באַשטעטיקט פֿאַר דער ייִט״אַ, אַז קערנעס איז אַ ייִד.
לויט דעם „אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס‟, איז די קאַמפּאַניע צו דערוויילן קערנעס אין 2009 פֿאַרשאָטנט געוואָרן פֿון אַנטיסעמיטישע לאָזונגען קעגן אים און קעגן אַנדערע ייִדישע קאַנדידאַטן.
זינט דעם אויסבראָך פֿון דער רעוואָלוציע אין נאָוועמבער, זענען פֿאָרגעקומען עטלעכע אַנטיסעמיטישע אַטאַקן, אַרײַנגערעכנט צוויי פֿאַלן ווי מע האָט געשטאָכן ייִדן מיט אַ מעסער, און צוויי באַמיִונגען אונטערצוצינדן סינאַגאָגעס. ביז לעצטנס זענען אין אוקראַיִנע פֿאָרגעקומען ווייניק אַנטיסעמיטישע אינצידענטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.