רעפֿאָרמער און קאָנסערוואַטיווע חזנים צוזאַמען

Reform and Conservative Sing Together


פֿון מנחם וועקער (Forward)

Published April 29, 2014, issue of May 23, 2014.

דעם 4טן מײַ, וועט אין ניו־יאָרק פֿאָרקומען אַ בשותּפֿותדיקער קאָנצערט פֿון דער „חזנות־שול אויפֿן נאָמען פֿון ה. ל. מילער‟ בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ און דער „שול פֿון הייליקער מוזיק אויפֿן נאָמען פֿון דעבי פֿרידמאַן‟ בײַם „היברו יוניאָן־קאָלעדזש‟.

דוד טילמאַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער „מילער־שול‟ און אַ געוועזענער חזן פֿון דער קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע „בית־שלום‟ אין עלקינס־פּאַרק, פּענסילוועניע, האָט איבערגעגעבן, אַז אויף וויפֿל ער געדענקט, קומט פֿאָר אַזאַ בשותּפֿותדיקע אונטערנעמונג צום ערשטן מאָל. לויטן פּלאַן, וועלן אויף קאָנצערט זינגען 31 רעפֿאָרמער און קאָנסערוואַטיווע חזנים.

פֿריִער, זענען די צוויי דענאָמינאַציעס געווען מער צעטיילט צוליב ערנסטע חילוקים צווישן די באַוועגונגען. טילמאַן האָט דערקלערט, אַז לעצטנס איז דער אונטערשייד צווישן די רעפֿאָרמער און קאָנסערוואַטיווער ייִדן געוואָרן קלענער, דערפֿאַר איז געוואָרן מעגלעך דורכצופֿירן אַזאַ קאָנצערט. אין ביידע דערמאָנטע בילדונג־אַנשטאַלטן זענען פֿאַראַן מוזיקאַלישע שולן, וווּ מע לערנט חזנות, קריאת־התּורה, די געשיכטע פֿון ייִדישער מוזיק און דאָס שפּילן אויף אַ גיטאַרע. טילמאַן האָט דערקלערט, אַז די אַדמיניסטראַציע האָט אויסגעקליבן דעם דאָזיקן אינסטרומענט ווי אַ „וויכטיקן און עפֿעקטיוון מיטל‟, וואָס דערמעגלעכט די תּלמידים צו באַקענען זיך בעסער מיט מוזיק. אַ טייל פֿון די לערער, אַרײַנגערעכנט יעקבֿ מענדעלסאָן און דזשויס ראָזענצווײַג, אַרבעטן אין ביידע שולן און וועלן דינען ווי דיריגענטן אויפֿן קאָנצערט צוזאַמען מיט טילמאַנען.

טילמאַן האָט צוגעגעבן, אַז אַמאָל פֿלעגט מען אין די רעפֿאָרמער סינאַגאָגעס שפּילן אויפֿן אָרגל — אַ מעכאַנישן אָדער אַן עלעקטראָנישן. לעצטנס זענען אָבער אין דער באַוועגונג פּאָפּולער געוואָרן די זעלבע אינסטרומענטן, ווי אין די קאָנסערוואַטיווע שילן: סינטעזאַטאָרס, גיטאַרעס, פּויקן און טרומייטן. אַמאָל פֿלעגט מען אין ס׳רובֿ קאָנסערוואַטיווע קהילות דאַוונען אָן קיין מוזיקאַלישן אַקאָמפּאַנימענט. הײַנט אָבער, בפֿרט פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, האָט זיך אין ביידע דענאָמינאַציעס פֿאַרשפּרייט אַן ענלעכער סטיל פֿון מוזיק. הגם עס בלײַבט אַן אונטערשייד צווישן אַ טייל מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס, קאָנען די תּלמידים פֿון ביידע חזנות־שולן געפֿינען בשותּפֿותדיקע עלעמענטן פֿונעם נוסח.

דער קאָנצערט וועט זיך אָנהייבן 7 אַזייגער נאָכמיטאָג און וועט פֿאָרקומען אין דער „פֿײַנבערג־אוידיטאָריע‟ אינעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟.