אין די ישׂראלדיקע שטעט און שטעטלעך זענען טעטיק הונדערטער און הונדערטער שילן, סינאַגאָגעס, שילכלעך; און כּמעט אַלע באַקומען זיי אַ פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער מלוכה, פֿון די מוניציפּאַליטעטן. פֿאַר וואָס זשע איז אַזוי שווער צו באַקומען אַ „נדבֿה‟ פֿאַר די עטלעכע אינסטיטוציעס, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש אין ישׂראל?
עס קומט, צום בײַשפּיל, אין אַ מוניציפּאַליטעט, צי אין אַ מלוכישער אָרגאַניזאַציע אַ רעליגיעזער טוער אויף צו בעטן געלט פֿאַר אַ געוויסער שיל. זעט מען דאָך אויף אים, אויף דעם פֿאָרשטייער פֿון די פֿרומע ייִדן, אַז ער איז אַ גלויביקער מענטש, יעדן פֿאַלס, אַזוי זעט ער אויס! — ער האָט אַ באָרד און פּאות, ציצית וכּדומה.
ווען אין די זעלבע אַנשטאַלטן קומט עמעצער אויף צו בעטן געלט פֿאַר ייִדיש, קוקט מען אים אָן און מע מיינט, אַז ער, דער „בעטלער‟ אונדזערער, איז סתּם אַ שנאָרער. פֿאַר וואָס בלײַבן אין אין אייראָפּע, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַלץ ווייניקער אינסטיטוציעס, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש, מיט ייִדיש־ענינים, ייִדיש־שעפֿערישקייט? פֿאַר וואָס האָבן זיך אין ישׂראל פֿאַרמאַכט אַזעלכע אויסגאַבעס, ווי „די גאָלדענע קייט‟, „לעצטע נײַעס‟, נײַע צײַטונג‟; די פֿאַרלאַגן „פּרץ־פֿאַרלאַג‟ און „ישׂראל־בוך‟?…
איינע פֿון די וויכטיקסטע סיבות, מיין איך פֿון אַזאַ גלײַכגילטיקער באַציִונג צו ייִדיש איז, אַז די גרעסטע צאָל אָנפֿירער פֿון די ייִדיש־אינסטיטוציעס אויף דער וועלט און אין ישׂראל, די וויסנשאַפֿטלעכע לײַט, שעפֿער, ליבהאָבער פֿון ייִדיש גלייבן אַליין ניט, אַז ייִדיש האָט אַ צוקונפֿט!
יאָ די אַמאָליקע ייִדישיסטן האָבן אָפֿט מאָל געטאָן זייער אַרבעט ערנסט, ניט שפּאָרנדיק קיין כּוחות, קיין ענערגיע. דאָס זעלבע — די הײַנטיקע! פֿון דעסטוועגן, האָט מען געטאָן און מע טוט ווײַטער די אַרבעט אָן דעם גלויבן, אַז ייִדיש האָט אַ צוקונפֿט! דעם ברענענדיקן גײַסט פֿון ייִדיש־אמונה זעט מען ניט אויף די פּנימער פֿון די ייִדישיסטן, מע זעט אים ניט אין זייערע אויגן, מע געפֿינט אים ניט בײַ זיי אין די שאַפֿונגען, ער שפּיגלט זיך ניט אָפּ אין זייער טעטיקייט! און טאַקע דערפֿאַר איז אונדזער ייִדיש אַזוי אויף צרות!
וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש וועלן מיר, צום באַדויערן, כּמעט גאָרניט געפֿונען בײַ אונדזערע ייִדישע שרײַבער — בלויז לויב־געזאַנגען, צי טרערן, צי צעשווענקטע האָפֿענונגען. ווען איינער האָט געפֿרעגט שלום־עליכמען, פֿאַר וואָס ער שרײַבט אויף דער שפּראַך, וואָס זי וועט זיכער אין גיכן אָפּשטאַרבן, האָט דער קלאַסיקער אונדזערער געענטפֿערט: „איך בין זיכער, אַז אי איר, אי איך וועלן שטאַרבן, אָבער וועגן ייִדיש קאָן מען דאָס ניט וויסן…‟
באַשעוויס זינגער האָט פֿאַר דעם באַקומען די נאָבל־פּרײַז אין זײַן רעדע אויף דער מסיבה פֿאַרן ייִדישן עולם אין שטאָקהאָלם, אָנגעהויבן אַזוי: „מען פֿרעגט מיך אָפֿט, פֿאַר וואָס שרײַבסטו ייִדיש?‟ — און אָט איז זײַן הומאָריסטישער ענטפֿער: „פֿאַר וואָס זאָל איך נישט שרײַבן אויף ייִדיש?!‟ — און ער באַשטעטיקט עס אַ ביסל שפּעטער: „אָבער איך בין געבליבן בײַ דער איבערצײַגונג, אַז ייִדיש איז די רײַכסטע שפּראַך אין דער וועלט…‟ וועגן צוקונפֿט פֿון ייִדיש — קיין וואָרט ניט!
אין ש. ראָזשאַנסקיס אַנטאָלאָגיע „ייִדיש אין ליד‟, וועלן מיר צווישן די 169 לידער פֿון 74 ייִדישע פּאָעטן: לייוויק, מאַנגער, גלאַטשטיין… כּמעט ניט געפֿינען קיין שורה וועגן דער צוקונפֿט פֿון מאַמע־לשון, חוץ: „…ייִדיש איז דאָך שיין‟, „אָ מאַמע־ייִדיש, שפּראַך פֿון שפּראַכן‟, „פֿאַר מיר ביסטו אַ רעגנבויגן פֿון קאָלירן‟, „ייִדיש, שיינע יורשטע פֿון אונדזער אַלטן הויז‟, „פֿאַר מיר איז ייִדיש… וווּנדער איבער וווּנדער‟… צי לידער: „ס’איז ייִדיש — מײַן געוויין”, „פֿון פֿײַער כ’האָב אַרויסגעשלעפּט אַ האָלאָוועשקע — ייִדיש‟…
אין דער דערמאָנטער אַנטאָלאָגיע געפֿינען מיר בײַ ישׂראל אַשענדראָף די פֿראַגע וועגן צוקונפֿט פֿון ייִדיש:
וועט ייִדיש לעבן לאַנג? מען קען פֿאַרשידן
אַן ענטפֿער געבן. אָבער איך שווער — איך שווער:
ס’וועט ייִדיש דויערן ווי לאַנג ס’וועט זידן
אין מײַנע אָדערן דער מאַמעס טרער…
קלאָר, אַז דאָס מיינט גאָר אַ נאָענטע צוקונפֿט. אַ „שטיקל‟ נאַיִווע האָפֿענונג וועגן צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין ישׂראל האָט געהאַט דער פּאָעט אַבֿרהם זאַק אין זײַן ליד „ייִדיש‟:
דאָרטן האַלט מען דיך אַלץ פֿון דער ווײַט,
מע וואַרפֿט דיר נאָר צו קוים אַ ביין…
דאָך דײַן שיינקייט — אין טרויער פֿאַרהילט —
זי וויל נישט, זי וועט ניט פֿאַרגיין…
דאָך, איז אַבֿרהם סוצקעווער געווען זיכער, אַז: „מײַן מאַמע־לשון גייט באַלד אונטער‟, אַז „יהואָשעס ליד און קולבאַקס וואָגלט צו דעם אונטערגאַנג‟, אַז ייִדיש איז דאָס: „…לשון וואָס גייט אונטער‟… ווען מע גלייבט אין צוקונפֿט פֿון ייִדיש, וואָלט אפֿשר נאָך ביז הײַנט אַרויס דער זשורנאַל „די גאָלדענע קייט‟.
דורך די אומגלייבער אין צוקונפֿט פֿון ייִדיש, איז געבליבן ניט פֿאַרענדיקט דער „גרויסער ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟. דאָך, וויל איך האָפֿן, אַז אַ מאָל וועלן נאָך שטייען אויף די פּאָליצעס בײַ אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש אַלע בענדער פֿון דעם גראַנדיעזן פּראָיעקט, דאָס וועט זײַן אַ דענקמאָל פֿאַר די, וואָס האָבן יאָ געגלייבט אין דער צוקונפֿט פֿון מאַמע־לשון. די פֿעסטע זיכערקייט, די פֿעסטע איבערצײַגטקייט און דער פֿעסטער גלויבן, אַז ייִדיש האָט אַ צוקונפֿט, וואָס מע וועט הערן אין אונדזערע רייד, זען אין אונדזער בליק, אין די מעשׂים אונדזערע וועלן אויפֿגענומען ווערן פּונקט אַזוי, ווי בײַ אַ פֿרומען ייִדן די באָרד און פּאותן, די ציצית, די קאַפּאָטע…
איך גלייב, אַז אי אין טויזנט יאָר אַרום, אי אין 3 טויזנט, אי אין 5 — וועט מען רעדן ייִדיש! פֿון וואַנעט ווייס איך, וועט איר פֿרעגן? — ווײַל דאָס גלייבן איז אַזאַ מאַטעריע, וואָס שטיצט זיך ניט אויף וויסן, אויף פֿאַקטן, אויף לאָגיק, אויף שׂכל. מיך אַרט ניט, וואָס עס טראַכטן וועגן דעם די סאַמע גרויסע אויטאָריטעטן, פּרעזידענטן, קיניגן, פּרעמיער־מיניסטערס, פּראָפֿעסאָרן און גלאַט מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר, ווײַל איך גלייב אין דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש! ווײַל אין ייִדיש קאָן מען נאָר גלייבן; ווײַל קיין אַנדער גלייבן האָב איך ניט!…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.