אויפֿן ערשטן בליק, איז נישט קיין גרויסער חידוש, אַז איגאָר קאָלאָמויסקי, אַן אוקראַיִנישער מיליאַרדער, וועלכער האָט אַרײַנגעלייגט מיליאָנען דאָלאַר אין ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, טראָגט, ווי מע זעט אויפֿן בילד, אַ שוואַרץ העמדל מיט אַ רויטער מנורה. איצט איז ער געוואָרן דער גובערנאַטאָר פֿון דער דניעפּראָפּעטראָווסקער געגנט, אַ ראַיאָן אין מיזרח־אוקראַיִנע.
ווען מע קוקט זיך גוט אַרײַן, זעט מען אָבער, אַז די מנורה שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ייִדישן וואַריאַנט פֿון די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטישע סימבאָלן, באַגלייט מיט דער אויפֿשריפֿט „זשידאָבאַנדעראַ‟ — „אַ זשיד אַ שטיצער פֿון באַנדעראַ‟. די באַנדעראָווצעס זענען די נאָכפֿאָלגער פֿונעם נאַציאָנאַליסטישן פֿירער סטעפּאַן באַנדעראַ, וועלכער האָט, צוערשט, געשטיצט די נאַציס, און דערנאָך געוואָרן אַ קענגער פֿון היטלער אין די 1940ער יאָרן. זײַן אַרמיי האָט אויסגעהרגעט נישט ווייניק ייִדן.
דמיטרי טשעקאַלקין, אַ קיִעווער סאַטיריקער און אַ קריטיקער פֿונעם רוסלענדישן פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, האָט דערקלערט, אַז קאָלאָמויסקיס פֿאָטאָגראַפֿיע איז אַ פֿאַלשע, געשאַפֿן אויפֿן קאָמפּיוטער מיט דער הילף פֿונעם „פֿאָטאָשאָפּ‟. ס׳איז געווען אַ „פֿאָטאָשאָק‟, ווי טשעקאַלקין האָט זיך אויסגעדריקט. ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז אין אוקראַיִנע זענען יאָ פֿאַראַן ייִדן, וואָס רופֿן זיך אַליין טאַקע „זשידאָבאַנדעראָווצעס‟.
די ייִדישע שטיצער פֿונעם אוקראַיִנישן נאַציאָנאַליזם נוצן אויס אַזאַ פּראָוואָקאַטיוו צונעמעניש, כּדי חוזק צו מאַכן פֿון די, וואָס באַשולדיקן די נײַע רעגירונג פֿון אוקראַיִנע אין אַנטיסעמיטיזם. מע דערציילט אויך פֿאַרשיידענע אַנעקדאָטן וועגן דעם. למשל, עמעצער באַשולדיקט אַן אוקראַיִנישן נאַציאָנאַליסט אינעם „זײַן אַ פֿאַשיסט און אַ באַנדעראָוועץ‟; ענטפֿערט יענער, אַז „אַוודאי, טאַקע אַזוי. אונדזער גאַנצע שיל באַשטייט פֿון פֿאַשיסטן און באַנדעראָווצעס‟.
סטעפּאַן באַנדעראַ בלײַבט פּאָפּולער צווישן די נאַציאָנאַליסטן. די פֿאָנען פֿון זײַן „אוקראַיִנישער אויפֿשטענדלערישער אַרמיי‟ האָבן פֿאַרנומען אַ פּראָמינענט אָרט אין די פּראָטעסטן אויפֿן קיִעווער „מײַדאַן פֿון פֿרײַהייט‟, דער עפּיצענטער פֿון דער אַנומלטיקער ווינטער־רעוואָלוציע. אין לעמבערג טראָגט איינע פֿון די גאַסן באַנדעראַס נאָמען. פֿאַר אַ סך רוסן און ייִדן בלײַבט ער אָבער אַ פֿינצטערער סימבאָל פֿון פֿאַשיזם. אויף דער וועבזײַט פֿונעם ירושלימער חורבן־מוזיי „יד־ושם‟ ווערט דערקלערט, אַז „באַנדעראַ און זײַן חבֿרה האָבן באַטראַכט די סאָוועטישע מלוכה און די ייִדן ווי זייערע וויכטיקסטע שׂונאים‟.
נאָך אַ פּעריאָד פֿון קאָלאַבאָראַציע מיט די נאַציס קעגן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן די „באַנדעראָווצעס‟ געגרינדעט אַן אומאָפּהענגיקע רעפּובליק, צוליב דער דײַטשישער שטיצע און השפּעה. באַנדעראַס אַרמיי האָט אומגעבראַכט אַ סך ייִדן אין די פּאָגראָמען, און דורכגעפֿירט אַ מאַסן־גענאָציד פֿון די פּאָליאַקן. הײַנט אָבער באַטראַכטן אים אַ טייל אוקראַיִנער ווי אַ העלדישן נאַציאָנאַלן באַפֿרײַער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.