ראָמאַן האַלטערס וויטראַזשן

Roman Halter‘s Stained Glass


פֿון ען דזשאָזעף

Published April 30, 2014, issue of May 23, 2014.

אין דער לאָנדאָנער „גאַלעריע פֿון בן־אורי‟ האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג מיטן נאָמען „לעבן און קונסט דורכן וויטראַזש‟ וועגן דער שעפֿערישער קאַריערע פֿון ראָמאַן האַלטער (1927—2012) — אַן אַרכיטעקט, מאָלער, דיזײַנער און שאַפֿער פֿון חידושדיקע וויטראַזשן. האַלטער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן; אין אַ גרויסן טייל פֿון זײַנע ווערק ווערן אָפּגעשפּיגלט די שוידערן פֿון דער נאַצי־תּקופֿה. דער וויטראַזשיסט האָט געגלייבט, אַז זײַן קונסט וועט העלפֿן דעם יונגן דור צו פֿאַרשטיין די טראַגעדיע פֿונעם ייִדישן חורבן.

טאָמאַס היוז, דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג, האָט דערקלערט, אַז האַלטער איז געווען „אַ מענטש, וועלכער האָט זיך איבערגעגעבן צום ריינעם קאָליר און ליכט‟, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זײַן קינדהייט איז געווען דער פֿינצטערסטער חושך. אין דער עקספּאָזיציע זענען אַרײַן 70 ווערק; דער „גאַלעריע פֿון בן־אורי‟ האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען צו באַווײַזן די וויטראַזשן אויף אַ געראָטענעם אופֿן. די באַזוכער פֿון דער אויסשטעלונג קאָנען אָפּשאַצן די פֿאַרשיידנאַרטיקייט, טיפֿקייט און טאַלאַנט פֿונעם קינסטלער.

האַלטער, אַ געבוירענער אין כאָדעטש, אַ קליין שטעטל אין מערבֿ־פּוילן, איז געווען דער איינציקער מיטגליד פֿון זײַן משפּחה, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם לאָדזשער געטאָ. שפּעטער האָט מען אים פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ, און דערנאָך — קיין דרעזדען, דורכן קאָנצענטראַציע־לאַגער אין שטוטהאָף. בעת דער אַמעריקאַנער באָמבאַרדירונג פֿון דער שטאָט, האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן און זיך אומקערן אינעם פֿאַרוויסטעטן כאָדעטש.

אינעם יאָר 1945, איז האַלטער אָנגעקומען קיין לאָנדאָן, וווּ ער איז געוואָרן אַן אַרכיטעקט; זינט 1973 האָט ער געוווינט אין ישׂראל, און געשאַפֿן דאָרטן דעם הויפּט־טויער פֿונעם מוזיי „יד־ושם‟. שפּעטער, אין 1976, האָט ער זיך ווידער באַזעצט אין לאָנדאָן.

אין די חורבן־מאָטיוון פֿון האַלטערס וויטראַזשן, וואָס טרעפֿן זיך אָפֿט אין אומגעוויינטלעכע ערטער פֿון זײַנע ווערק, שפּירט זיך אַ השפּעה פֿון מאַרק שאַגאַלן. שפּעטער, האָט דער קינסטלער אָנגעהויבן מאָלן קליינע אַקוואַרעלן פֿון זײַנע חלומות, וווּ די שוידערלעכע זכרונות פֿונעם חורבן ווערן אויסגעמישט מיט דער ענגלישער דאָרפֿישער אידיליע פֿון דאָרסעט, וווּ עס וווינט הײַנט זײַן טאָכטער.

אַ סך שילן און קלויסטערס אין ענגלאַנד און אַנדערע לענדער זענען באַצירט מיט האַלטערס ווערק. דרײַ פֿון זײַנע שיל־וויטראַזשן זענען איצט אויסגעשטעלט געוואָרן אין דער אויסשטעלונג.