דאָס רובֿ געשעענישן פֿונעם קולטורעלן לעבן אויף דער „ייִדישער גאַס‟ זענען די וואָך געווען פֿאַרבונדן מיטן נײַעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע. דאָרטן האָט זיך דעם 23סטן אַפּריל געעפֿנט אִַן אויסשטעלונג אונטערן נאָמען „גורלות אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה: ניט פֿאַרעפֿנטלעכטע געשיכטעס פֿון ייִדישע רויט־אַרמייער, אָנטייל־נעמער פֿון דער מלחמה‟.
אויף דער אויסשטעלונג דערציילט מען וועגן דעם לעבן אויפֿן מיזרח־פֿראָנט: וועגן די שלאַכטן און דער העלדישקייט, דעם שטייגער און די שטימונגען. די ייִדישע סאָלדאַטן זענען אַוועק אויף דער מלחמה ניט בלויז, כּדי צו באַשיצן דאָס סאָוועטישע היימלאַנד, נאָר אויך, כּדי נקמה צו נעמען איבער די נאַציס. דאָס רובֿ ייִדישע סאָלדאַטן זענען געווען געשטימט זייער פּראָ־סאָוועטיש; פֿאַר זיי איז די מלחמה געוואָרן אַ מעגלעכקייט זיך צו טרעפֿן מיט אַנדערע סאָוועטישע פֿעלקער, און צו דערזען די סאָוועטישע מלוכה ניט נאָר דורכן שפּיגל פֿון דער אָפֿיציעלער פּראָפּאַגאַנדע און „יעווסעקציע‟.
עס ווערן אויסגעשטעלט פּערזענלעכע דאָקומענטן, טאָגביכער, זכרונות, בילדער. די אויסשטעלונג וויל אויך ווײַזן די לעבעדיקע געשיכטע; צוליב דעם ווערן פֿאַרבעטן די מלחמה־וועטעראַנען, יענע אַמאָליקע ייִדישע סאָלדאַטן, וואָס זענען לעבן געבליבן און קענען דערציילן וועגן יענע ווײַטע קעמפֿערישע טעג. דער וויסנשאַפֿטלעכער אָנפֿירער פֿון דער אויסשטעלונג איז אויך איינער פֿון די בעל־יועצים פֿון דעם מוזיי, פּראָפֿעסאָר אָלעג בודניצקי, באַרימטער היסטאָריקער פֿון רוסלאַנד, רוסישער עמיגראַציע און פֿונעם סאָוועטישן ייִדנטום. דעם 27סטן אַפּריל האָט ער געגעבן אַ לעקציע וועגן די ייִדן־רויט־אַרמייער אויפֿן סמך פֿון זייערע בריוו, טאָגביכער און אינטערוויוען, אַנאַליזירט זייער מלחמה־דערפֿאַרונג.
דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך איז אין די מאָסקווער ביבליאָטעקן פֿאָרגעקומען אַ „ביבל־נאַכט‟: מע האָט געקענט קומען אין כּמעט אַלע גרויסע ביבליאָטעקן שפּעט אין אָוונט, צו באַזוכן אַזעלכע ביבליאָטעק־אָפּטיילן, וואָס מע קען אַהין זעלטן טרעפֿן, דערזען אַלטע און אוניקאַלע ביכער.
צום באַדויערן, האָבן אין אַזעלכע באַזוכן זיך ניט געקאָנט באַטייליקן רעליגיעזע ייִדן, ווײַל אַלע קומען זיי פֿאָר ערבֿ־שבת. האָט דער ייִדישער מוזיי אַדורכגעפֿירט זײַנע פּראָגראַמען פֿרײַטיק, דעם 25סטן אַפּריל, בײַ טאָג. די באַגעגעניש איז געווען געווידמעט דער „שנאורסאָן־זאַמלונג‟. וועגן דער זאַמלונג און איר איצטיקן צושטאַנד האָבן דערציילט די וויסנשאַפֿטלעכע מיטאַרבעטער, איליאַ באַרקוסקי און סוועטלאַנאַ כוואָסטאָוואַ; וועגן דעם תּלמוד, דער געשיכטע פֿונעם טעקסט, די ערשטע געדרוקטע אויסגאַבעס אאַז”וו, האָט דערקלערט די מיטאַרבעטערין פֿון דער ביבליאָטעק, יעקאַטערינאַ אָלעשקעוויטש. מע האָט אויך אָרגאַניזירט אַ וואַרשטאַט פֿאַר קינדער. גערעדט האָט מען וועגן די סאָוועטישע ביכער פֿאַר קינדער, וועלכע זענען אַרויס אין די 1920ער יאָרן. אויסגעקליבן האָט מען אַזעלכע ביכער, וואָס זייערע העלדן זענען ניט קיין מענטשן, נאָר זאַכן: באַנען, אויטאָס, שיפֿן, אינסטרומענטן און כּלים. די קינדער האָבן געקענט אויסטראַכטן זייערע אייגענע געשיכטעס און זיך באַקענען מיט דעם ווי אַזוי די דאָזיקע פֿאַרעלטערטע זאַכן זענען געבויט.
נאָך אַן אויסשטעלונג, וואָס איז אָפֿן די טעג אין מוזיי איז משה נאַפּלבאַומס „אַטעליע‟, אָרגאַניזירט פֿונעם מוזיי בשותּפֿות מיט דער 10טער פֿאָטאָביענאַלע. עס ווערן פֿאָרגעשטעלט 20 נאַפּלבאַומס פֿאָטאָ־פּאָרטרעטן פֿון די וויכטיקסטע פּערזענלעכקייטן אין דער רוסישער געשיכטע און קולטור, אָנהייב 20סטן י”ה. נאַפּלבאַומס סטיל — פּסיכאָלאָגיזם, אַ באַזונדערער ראַקורס און ליכט, אָן אַקסעסואַרן — איז פּשוט צו דערקענען. די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אָפֿן ביזן סוף מײַ.
דער צענטער פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן ייִדישן לעבן האָט זיך די וואָך אַריבערגעטראָגן קיין מאָסקווער געגנט. דאָרטן, לעבן דער שטאָט וולאַדימיר, איז פֿאָרגעקומען די אָפֿענע קאָנפֿערענץ פֿון „לימוד‟. „לימוד‟ איז פּאָפּולער אין אייראָפּע, אָבער אין רוסלאַנד בלײַבט עס נאָך אַלץ אַ מאַרגינאַלע זאַך, כאָטש פֿונעם ערשטן „לימוד‟ זענען פֿאַרבײַ שוין 7 יאָר.
דאָס מאָל האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַרום 1,000 אָנטיילנעמער. עס זענען געווען איבער 180 סעסיעס אויף פֿאַרשיידענע טעמעס, און צווישן די לעקטאָרן זענען געווען באַרימטע מענטשן, ווי דער שרײַבער מיכאַיִל וועלער, דער קריטיקער אַלכּסנדר גאַוורילאָוו, דער קונסט־פֿאָרשער יוסף באָקשטיין, דער בלאָגער אַנטאָן נאָסיק, דער פֿאַרלעגער ברוך גאָרין און אַנדערע.
די רוסיש־ייִדישע שרײַבערין ליודמילאַ אוליצקאַיאַ האָט זוכה געווען צו באַקומען אַ מלוכישע פּרעמיע פֿון עסטרײַך. אין דעם אָפֿיציעלן בריוו פֿונעם עסטרײַכישן קולטור־מיניסטער, יאָזעף אָסטערמײַער, שטייט געשריבן, אַז אין אוליצקאַיאַס שאַפֿן קען מען געפֿינען סײַ רוסישע און ייִדישע נאַראַטיוו־טראַדיציעס און סײַ מאָדערנע ליטעראַרישע פּרינציפּן.
פֿריִער האָבן די דאָזיקע פּרעמיע באַקומען אויך אומבערטאָ עקאָ און דאָריס לעסינג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.