די „דיילי ניוס‟ האָט איבערגעגעבן, אַז אַ בויער, פֿאַרדעכטיקט אינעם מאָרד פֿונעם 39־יאָריקן חסידישן געשעפֿטסמאַן מנחם שטאַרק, האָט זיך מודה געווען און באַטאָנט, אַז ער האָט נישט געמיינט אים צו דערהרגענען.
דער פֿאַרדעכטיקטער, אַ 26־יאָריקער יונגערמאַן, הייסט קענדאַל פֿיליקס. ער האָט דערציילט דער פּאָליציי, אַז ווען ער האָט געאַרבעט פֿאַר איינעם פֿון שטאַרקס קאָנטראַקטאָרן, האָט ער באַשלאָסן צו באַרויבן דעם בעל־הבית. צוזאַמען מיט צוויי אַנדערע מענער, האָבן זיי פֿאַרכאַפּט שטאַרקן לעבן זײַן ביוראָ, אין אַ ווינטערדיקער פֿאַרשנייטער נאַכט.
פֿיליקס, אַ תּושבֿ פֿונעם ברוקלינער ראַיאָן קראָון־הײַטס, איז באַשולדיקט געוואָרן אינעם מאָרד. לויט זײַנע ווערטער, האָט ער, מיט זײַנע צוויי שותּפֿים, נישט געוואָלט דאָס לכתּחילה טאָן. אַ געוויסער קוואַל האָט איבערגעגעבן דער „דיילי ניוס‟, אַז די מעשׂה זעט טאַקע אויס ווי אַ געוויינטלעכע רויבערײַ. פֿיליקס האָט געהערט, אַז שטאַרק טראָגט מיט זיך אָפֿט גרויסע סומעס געלט; ער האָט נישט געוווּסט, אַז למעשׂה איז דער געשעפֿטסמאַן געווען טיף פֿאַרזונקען אין חובֿות.
די אויספֿאָרשער האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען די פֿאַרדעכטיקטע צוליב זייער שײַכות צו דעם מיני־אויטאָבוס, אין וועלכן זיי האָבן אַוועקגעפֿירט דעם פֿאַרכאַפּטן געשעפֿטסמאַן פֿון וויליאַמסבורג.
דער סאַטמערער כּלל־טוער דוד נידערמאַן האָט געלויבט די אַקציעס פֿון דער פּאָליציי. „הײַנט איז אַ ביטער־זיסער מאָמענט,‟ האָט ער געזאָגט. „ביטער, ווײַל מנחם איז מער נישט מיט אונדז און וועט אונדז אויף אייביק אויספֿעלן, אָבער זיס — ווײַל די פּאָליציי האָט פֿאַרהאַלטן עמעצן, אין שײַכות מיט דעם שרעקלעכן פֿאַרברעכן.‟
דער אַסעמבלעמאַן דבֿ הײַקינד (דעמאָקראַט, ברוקלין) האָט אויך געלויבט די אינסטאַנצן. „איך האָב פּרטימדיק נאָכגעפֿאָלגט דעם שרעקלעכן, טראַגישן ענין פֿון אָנהייב אָן, און לויב די ניו־יאָרקער פּאָליציי פֿאַר זייער עקשנות בײַם אויסזוכן די פֿאַרדעכטיקטע אין דעם מאָרד,‟ האָט הײַקינד דערקלערט.
שטאַרק איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן לעבן זײַן ביוראָ אין וויליאַמסבורג, ברוקלין, דעם 2טן יאַנואַר בײַ נאַכט. מיט אַ טאָג שפּעטער האָט מען געפֿונען זײַן פֿאַרברענטן גוף אין אַ מיסטקאַסטן אין לאָנג־אײַלאַנד. אַ פּאַלמעס האָט אָנגעוויזן, אַז שטאַרק איז דערשטיקט געוואָרן — אפֿשר בעת אַ געראַנגל מיט זײַנע אַטאַקירער.
נאָך שטאַרקס טויט האָבן די סאַטמערער כּלל־טוער אים געלויבט ווי אַ ברייטהאַרציקער פֿילאַנטראָפּ, אָבער די נײַעס־באַריכטן האָבן איבערגעגעבן, אַז ער האָט פֿאַרמאָגט אַ סך דירות, וואָס האָבן זיך געפֿינען אין אַ שרעקלעכן צושטאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.