אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק

In the World of Yiddish Music

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 02, 2014, issue of May 23, 2014.

גולם: „טאַנץ‟

די „פּאָנק‟־קלעזמער קאַפּעליע „גולם‟.
די „פּאָנק‟־קלעזמער קאַפּעליע „גולם‟.

מאָנטיק, דעם 13טן מײַ, וועט די „פּאָנק־קלעזמער‟ קאַפּעליע „גולם‟ אַרויסלאָזן אַ נײַעם קאָמפּאַקטל „טאַנץ‟ (Tanz) דורך דער מעקסיקאַנער פּליטע־פֿירמע „דיסקאָס קאָראַסאָן‟ (Discos Corason). די פֿירמע גיט זיך געוויינטלעך אָפּ מיט דער טראַדיציאָנעלער מעקסיקאַנער מוזיק, אָבער האָט אויך פֿאַרעפֿנטלעכט אַלבאָמען פֿון מוזיק־גרופּעס, וואָס שפּילן אַ געמיש פֿון מעקסיקאַנער און באַלקאַנישער מוזיק. „טאַנץ‟ וועט זײַן אָבער „דיסקאָס קאָראַסאָנס‟ ערשטער אַלבאָם פֿון אַ קלעזמער־קאַפּעליע.

דער נײַער אַלבאָם איז ניט נאָר אַנדערש פֿון „גולמס‟ פֿריִערדיקע אַלבאָמען צוליבן נײַעם „לייבל‟, נאָר אויך צוליב דעם אויסקלײַב פֿון לידער. בעת די לעצטע 14 יאָר, אין וועלכע די פּאָפּולערע ניו־יאָריקער קאַפּעליע האָט געשפּילט איבער דער גאַנצער וועלט, זענען ס׳רובֿ פֿון „גולמס‟ לידער געווען נײַע גילגולים פֿון באַקאַנטע צי ווייניק באַקאַנטע ייִדישע לידער, געזונגען, געוויינטלעך, סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש. אַקעגן זייער פֿריִערדיקן רעפּערטואַר זענען אָבער ס׳רובֿ פֿון די לידער אויפֿן נײַעם אַלבאָם „טאַנץ‟ אַליין־געשאַפֿענע לידער. דאָס ליד „טאַנץ‟, למשל, דערציילט וועגן דעם אומגעוויינטלעכן לעבנס־וועג פֿון ראָנאַן בלום.

בלום איז געווען אַ כעלעמער ייִד, וועלכער נאָכן פֿאַרלירן זײַן ווײַב און קינד אינעם חורבן, האָט זיך באַזעצט אין אַמעריקע. פֿאַראַיאָרן איז ער געשטאָרבן צו 97 יאָר און האָט איבערלאָזט אַ נחלה פֿון 40 מיליאָן דאָלאַר אָן אַ צוואָה. אַן אַנדער ליד „באָדן אין מיקווה‟ דערציילט פֿון אַ פֿרוי, וואָס באָדט זיך אָפּ אין אַ מיקווה און בשעת־מעשׂה פֿאַנטאַזירט זיך וועגן אַן אינטימער נאָענטשאַפֿט מיט איר מאַן.

דער סטיל פֿונעם אַלבאָם וועט זיכער צופֿרידנשטעלן די לאַנג־יאָריקע אָנהענגער פֿון „גולם‟. די לידער זענען פּונקט אַזוי לעבעדיק, ענערגעטיש און צומאָל באמת ווילד ווי אויף זייערע פֿריִערדיקע אַלבאָמען. אָבער ווי שטענדיק מיט „גולם‟, כאָטש ס׳קען זיך צומאָל אויסדאַכטן, אַז אַ געוויסער טייל פֿון אַ ליד איז ווי אַ באַן, וואָס האַלט זיך בײַם גליטשן אַראָפּ פֿון די רעלסן, - קען מען פֿאָרט דערהערן, אַז די גאָר טאַלאַנטירטע מוזיקער האַלטן זיך פֿעסט בײַם רודער, און אַלץ איז בײַ זיי באמת אין אָרדענונג. כאָטש מע קען צומאָל פֿאַרגעסן צו וואָסער סטיל געהערט זייער מוזיק צוליב דעם ווילדן „פּאָנק‟־סטיל, זענען די מוזיקער גאַנץ געניטע פֿאָרשטייער פֿון דער טראַדיציאָנעלער קלעזמער־מוזיק, וועלכע פֿאַרלירן ניט דעם אויטענטישן טעם פֿונעם מקור, ווען זיי מישן אַרײַן נײַע מאָדערנע השפּעות.

אינפֿאָרמאַציע וועגן „גולם‟ קען מען געפֿינען בײַ //golemrocks.com. כּדי צו זען אַ נײַעם מוזיק־ווידעאָ פֿונעם ליד „פֿריידעלע‟ באַזוכט

ש׳כּוח: „ווילדע ציגן און ניט חתונה־געהאַטע פֿרויען‟

די בריטישע קאַפּעליע „ש׳כּוח‟
די בריטישע קאַפּעליע „ש׳כּוח‟

מיט אַ חודש צוריק איז די בריטישע קלעזמער־קאַפּעליע „ש׳כּוח‟ (She‘Koyokh) אַרויס מיט אַ נײַעם אַלבום „Wild Goats and Unmarried Women‟ (ווילדע ציגן און ניט חתונה־געהאַטע פֿרויען). דער אַלבאָם ברענגט צונויף מוזיקאַלישע השפּעות פֿון איבער גאַנץ מיזרח־אייראָפּע, צוזאַמען מיט קלאַנגען פֿון די באַלקאַנען און טערקײַ. אַ סך פֿון די לידער זענען אינספּירירט געוואָרן פֿון דער אַרבעט פֿון עטנאָמוזיקאָלאָגן און מוזיקער. דאָס ליד „בערעגאָווסקי/האָנגאַ/שער/פֿריילעכער יום־טובֿ‟, למשל, גיט אָפּ כּבֿוד דעם עטנאָמוזיקאָלאָג משה בערעגאָווסי. ספּעציעל אויסגעצייכנט און אינטערעסאַנט דעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם איז דאָס ליד „דער פֿילאָסאָף/פֿלאַטבוש־וואַלץ‟, וואָס שמעלץ צונויף דאָס ייִדישע פֿאָלקסליד „קום אַהער דו פֿילאָסאָף‟ מיטן ניגון „פֿלאַטבוש־וואַלץ‟ פֿונעם קלאַרנעט־ און מאַנדאָלין־שפּילער אַנדי סטאַטמאַן. דאָס ליד „פֿלאַטבוש־וואַלץ‟ איז אַליין אַ צוזאַמענשמעלץ פֿון די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון אַפּאַלאַטשיאַ מיט דער ייִדישער קלעזמער־מוזיק.

צווישן אַנדערע אינטערעסאַנטע און אומדערוואַרטע קולטערעלע אויסטוישן, קען מען אויפֿן אַלבאָם הערן דאָס פֿאָלקס־ליד פֿון טערקײַ „עסמעראַ מין‟. דאָס ליד, געזונגען אויף דער קורדישער שפּראַך, איז אַ טראַדיציאָנעלע ליבע־ליד. „ש׳כּוח‟ האָט אָבער דאָס ליד, צום טייל, פֿאַרייִדישט דורכן אַרײַנוועבן אין אים אַ סטאָלינער חסידישן ניגון, ווי אַ טייל פֿון דער מעלאָדיע.

צוליב די פֿילצאָליקע צונויפֿגיסונגען פֿון פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע טראַדיציעס, איז עס שטענדיק טשיקאַווע צו באַמערקן, אויף וועלכע אינסטרומענטן „ש׳כּוח‟ שפּילט אין אַ געוויסן ליד. אין אַ פּאָר לידער, למשל, וווּ מע וואָלט זיך געריכט צו הערן אַן אַקאָרדעאָן, הערט מען ווי עס סאָלירט גאָר אַ קלאַרנעט; און צומאָל גלײַך פֿאַרקערט.

אויך אינטערעסאַנט איז דע פֿילשפּראַכיקע נאַטור פֿונעם אַלבאָם. אַחוץ ייִדיש און קורדיש ווערן לידער געזונגען אויך אויף טערקיש, לאַדינאָ, סערביש, גריכיש און רוסיש.

כּדי צו הערן אויסצוגן פֿונעם אַלבאָם אָדער באַשטעלן דעם קאָמפּאַקטל באַזוכט //www.shekoyokh.co.uk

לענקאַ ליכטנבערג און יאיר דלאל: „וויגלידער פֿון גלות‟

דער ישׂראלדיקער אוד־שפּילער יאיר דלאל
דער ישׂראלדיקער אוד־שפּילער יאיר דלאל

דער נײַער אַלבאָם פֿון לענקאַ ליכטנבערג און יאיר דלאל איז אַן אוניקאַלע צוזאַמענאַרבעט, וועלכע בינדט צונויף צוויי גאָר באַזונדערע ייִדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס: די איראַקער ייִדישע מוזיקאַלישע ירושה פֿון איראַקער אימיגראַנטן אין ישׂראל און דאָס מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע פֿאָלקסליד. דער אַלבאָם באַשטייט פֿון ייִדישע און איראַקישע וויגלידער. אויף ייִדיש זינגט די טשעכיע־געבוירענע קאַנאַדער זינגערין לענקאַ ליכטנבערג, און אויף אַראַביש זינגט דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער אוד־שפּילער יאיר דלאל, וועלכער באַגלייט די דועטן אויף זײַן אוד און פֿידל.

ספּעציעל אויסגעצייכנט איז זייער נוסח פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים.‟ כאָטש די מוזיקערס האָבן ניט געביטן קיין שום קלאַנג פֿון שמואל פֿישערס מוזיק צו איציק מאַנגערס באַליבטן ליד, האָט די מעלאָדיע גאָר אַ באַזונדערן כאַראַקטער, ווען זי ווערט געשפּילט דורך דלאלס אוד. די ערנסטקייט פֿון די ווערטער, וועלכע ווערן אויף ייִדיש, געוויינטלעך, באַהאַלטן דורכן זיסן טאָן פֿון פֿישערס ניגון, געפֿינען אין דלאלס אַראַביזירטן נוסח אַ געוואַלדיקן תּיקון. אין דער זעלביקער צײַט דינט ליכטנבערגס זיסער הויכער קול מיט די ייִדישע ווערטער ווי אַ פּערפֿעקטע באַגלייטונג צו דלאלס גלאַטן נידעריקן נוסח פֿונעם ליד אויף אַראַביש.

דער אַלבאָם „וויגלידער פֿון גלות‟ (Lullabies from Exile) וועט מען אַרויסגעבן אין אויגוסט בײַם פֿעסטיוואַל „אַשכּנז‟ אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע. דאָס ליד „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟:

//www.lenkalichtenberg.com/lullabies-from-exile