נישט לאַנג צוריק, האָט דבֿורה פֿעלדמאַן, אַ געוועזענע סאַטמאַרער פֿרוי, אַרויסגעגעבן דאָס נײַע קאָנטראָווערסאַלע בוך מיטן נאָמען „Exodus‟ וועגן איר פּערזענלעכער „יציאת־מצרים‟ פֿון דער „געפֿערלעכער‟ חסידישער קהילה. אַ ריי קריטיקער האָבן זיך סקעפּטיש באַצויגן צו דעם בוך און אויפֿגענומען עס ווי אַ נאַרציסיסטישע סענסאַציאָנעלע פֿיקציע.
להיפּוך צו דער דערמאָנטער שרײַבערין, בין איך אַנטלאָפֿן אויף פּסח דווקא צו די סאַמע „געפֿערלעכסטע‟ חסידים קיין מאָנסי. די רוסיש־רעדנדיקע ליובאַוויטשער שיל, וווּהין איך גיי געוויינטלעך דאַוונען מיט מײַן פֿרוי, איז פֿרײַנטלעך און לעבעדיק, אָבער מיר האָבן געוואָלט פֿאַרברענגען דעם יום־טובֿ מיט אַן עכט היימישער ייִדיש־שפּראַכיקער חבֿרה. דער קאָנטראַסט צווישן דער רעאַלער יום־טובֿדיקער שׂימחה און דער פֿאַרביסענער ביטערקייט פֿון די כּלומרשטיקע באַשיצער פֿון די חסידישע פֿרויען, וואָס פּאָסמאַקעווען זיך מיט פֿעלדמאַנס ביכער, האָט מיר דערמאָנט, אַז אַ ריי פֿאַרשפּרייטע אַרגומענטן קעגן די חסידישע קהילות זענען העסלעך און היפּש איבערגעטריבן. למשל, געהערט צו דער דאָזיקער קאַטעגאָריע די טענה, אַז די חסידים זענען אָנגעשטעקט מיט דער „מנובֿלישער שׂינאה‟ קעגן די פֿרויען, ווי די מחברטע פֿונעם דערמאָנטן בוך האָט זיך מיט אַ פּאָר וואָך צוריק אויסגעדריקט אין די קאָמענטאַרן אויף איר בלאָג.
ס׳איז אמת, אַז די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט איז נישט אַן עגאַליטאַרע קולטור, אינעם ליבעראַלן זין פֿון וואָרט. אַ טייל מיצוות ווערן באַטראַכט ווי מענערישע, און אַ טייל — ווי ווײַבערישע. פֿונדעסטן, למשל, האָבן אַ צאָל גרויסע חסידישע רביצינס שטילערהייט געדאַוונט אין אַ טלית און תּפֿילין. הגם אַזאַ הנהגה איז אַ זעלטנקייט, איז אַ סימן, אַז חסידות קאָן אויך דינען ווי אַ קוואַל פֿון עגאַליטאַרישע געדאַנקען.
אַ סך הײַנטיקע חסידים מיינען, אַז דאָס „נאַטירלעכע‟ אָרט פֿאַר דער פֿרוי איז די קיך און דער שלאָפֿצימער, פֿון וואַנען זי זאָל נישט צו אָפֿט אַרויסשטעקן דעם קאָפּ. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז אַזאַ מין סעקסיזם איז אַן אינטעגראַלער עלעמענט פֿון תּורת־החסידות. די אַמאָליקע חסידישע סאָציאַליסטן פֿון דער פּוילישער פּאַרטיי „פּועלי אַגודת ישׂראל‟ האָבן ערנסט געקעמפֿט פֿאַר די פֿרויען־רעכט. די הײַנטיקע ליובאַוויטשער זענען אויך חסידים, און חב״ד איז פֿול מיט פֿרויען, וואָס שרײַבן אייגענע חידושי־תּורה און שפּילן אָנגעזעענע קהילה־ראָלעס.
על־פּי־קבלה, שטאַמט דער ווײַבערלעכער אַספּעקט פֿונעם וועזן פֿון אַ העכערן קוואַל, ווי די מענערלעכע. דער שורש פֿון דער הייליקער שכינה געפֿינט זיך אין דער העכסטער ספֿירה — כּתר. די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז משיח וועט קומען בזכות פֿון די פֿרויען און אַז די עצם־עקזיסטענץ פֿון ייִדן און ייִדישקייט ווענדט זיך אין די ייִדישע מאַמעס.
די מער פּראַגמאַטישע סאַטמאַרער זענען ווייניקער באַקאַנט מיט אַזעלכע מיסטישע טעמעס, אין פֿאַרגלײַך מיט די חב״דסקע פֿעמיניסטקעס, וואָס האַלטן, אַז זיי זענען פּטור פֿון אַ ריי מיצוות דווקא צוליב דעם, וואָס זיי שטאַמען פֿון אַ מער דערהויבענעם גײַסטיקן שורש. נישט לאַנג צוריק, איז אין קראַון־הײַטס, דער צענטער פֿונעם חב״ד־חסידות, פֿאָרגעקומען אַן אונטערנעמונג פֿון פֿרויען־זינגערײַ, וווּהין די מענער האָבן נישט געטאָרט אַרײַנטרעטן. אויף אַזאַ אופֿן, האָבן די פֿרומע פֿרויען געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ מין שטח פֿון מאַטריאַרכאַט.
סאַטמאַר איז ווײַט נישט דער בעסטער בײַשפּיל פֿון תּורת־החסידות. ד״ר דניאל באָיאַרין, אַ באַקאַנטער ייִדישער היסטאָריקער און דענקער, האַלט, אַז דער סאַטמאַרער רבי, יואל טייטלבוים, איז געווען די וויכטיקסטע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון דער הײַנטיקער ייִדישקייט. בדרך־כּלל, בין איך מיט אים מסכּים. דער גרעסטער אינדזל פֿון ייִדיש און טראַדיציאָנעלער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישקייט איז אויפֿגעקומען נאָכן חורבן דווקא אַ דאַנק דער טעטיקייט פֿונעם סאַטמאַרער רבין.
נישט געקוקט אויף די גרויסע אויפֿטוען, איז דער דאָזיקער צדיק אויך באַקאַנט ווי אַ שאַרפֿער קעגנער פֿון ערנסטער תּורה־בילדונג פֿאַר פֿרויען. לויט זײַן שיטה, מוז אַ פֿרוי לערנען פּשוטע הלכות, אָבער בשום־אופֿן נישט דעם חומש מיט רש״י, שוין אָפּגערעדט פֿון גמרא.
אַזאַ צוגאַנג האָט אַ שײַכות צו דעם, וואָס דער דרך פֿונעם סאַטמאַרער רבין איז בעצם אַ האַלב מתנגדישער. ער האָט געהאַלטן, אַז די הײַנטיקע דורות האָבן, כּלומרשט, אינגאַנצן פֿאַרגעסן דעם בעל־שם־טובֿס תּורה און ער איז נישט געווען צופֿרידן מיט פֿאַרשיידענע חסידישע הנהגות, וואָס קומען אין סתּירה מיט דער געשריבענער הלכה. להיפּוך, זענען צווישן די ליובאַוויטשער פֿרויען פֿאַראַן אַ סך גוט געבילדעטע קענערינס פֿון מיסטישע ענינים, ווײַל אין חב״ד האַלט מען, אַז אַלע מענטשן אינעם הײַנטיקן דור, מענער און פֿרויען, מוזן אַקטיוו לערנען חסידות. אַזאַ צוגאַנג איז מער אַ „בעל־שמסקע‟.
לויט דער קאָנסערוואַטיווער לאָגיק פֿון אַ סך סאַטמאַרער און אַנדערע חסידים, איז די מענער און פֿרויען באַשערט אויסצופֿירן אינגאַנצן אַנדערע סאָציאַלע ראָלעס אין דער וועלט. אַזאַ צוגאַנג איז טאַקע אַ סעקסיסטישער אָדער, לכל־הפּחות, דינט ווי אַ תּירוץ פֿאַר אַזעלכע עקלדיקע שטותים, ווי די אויפֿשריפֿטן אויף די ברוקלינער גאַסן, וואָס רופֿן: „טײַערע ייִדישע טעכטער, ביטע רוקט זיך אין אַ זײַט, ווען אַ מאַן קומט אַנטקעגן‟.
סעקסיסטיש איז עס אַוודאי יאָ, אָבער וואָס האָט עס צו טאָן מיט שׂינאה? אַדרבה, יעדע חסידישע ייִדישע פֿרוי ווערט באַטראַכט ווי אַ הייליקע אשת־חיל און עקרת־הבית. צוליב איר האַלט זיך די משפּחה, און צוליב איר רוט די הייליקע שכינה אין שטוב. אין דער אַלגעמייענער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט זענען ברייט פֿאַרשפּרייט העסלעכע פֿאָראורטיילן קעגן די בלאָנדינקעס, פֿעטע און אַנדערע געוויסע קאַטעגאָריעס פֿון פֿרויען; לויט מײַן פּערזענלעכער דערפֿאַרונג, זענען צווישן די חסידים אַזעלכע מיאוסע דעות אַ סך ווייניקער באַקאַנט. די שיקסעס ווערן אָפֿט באַטראַכט ווי סכּנותדיקע, „שמוציקע‟ און פֿאַרפֿירערישע באַשעפֿענישן, אָבער דאָס איז אַן אויסדרוק פֿון אַנטי־גוייִשער קסענאָפֿאָביע, נישט סעקסיזם.
דער מחבר פֿון די שורות האָט זיך פֿאַרבונדן מיט צוויי פּראָגרעסיווע ראַבינערינס און געפֿרעגט, צי מע קאָן געפֿינען אַ ממשותדיקע ווײַבלעכע זײַט אין קבלה, בײַ די חסידים, און אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קולטור בכלל. חני געטער, וועלכע איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ משפּחה פֿון ניקלשבורגער חסידים, האָט דערקלערט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז אין דער הײַנטיקער ייִדישער וועלט דאַרפֿן די פֿרויען סײַ מחדש זײַן נײַע הנהגות, סײַ אויסזוכן און אויפֿלעבן די פֿעמיניסטישע עלעמענטן, וואָס זענען יאָ פֿאַראַן אין חסידות.
די ראַבינערין דזשיל האַמער, אַן אַנדער באַקאַנטע פֿעמיניסטישע טוערין, האָט דערקלערט, אַז זי איז אינגאַנצן מסכּים מיט דער „פּראָבלעמאַטישער‟ קבלה־שיטה וועגן די מעלות פֿון פֿרויען, ווײַל אַ פֿרוי איז אַן אומאָפּהענגיקע באַשעפֿעניש, וואָס דאַרף נישט באַטראַכט ווערן ווי דער ראָמאַנטישער סוד פֿונעם מענערלעכן לעבן אָדער דאָס באַהאַלטענע חיות פֿון ייִדישקייט. מענטשן דאַרפֿן באַטראַכטן די ראָלע פֿונעם אַנדערן געשלעכט אין זייער לעבן, אַנטדעקן די סודות, וואָס שטעקן אינעם צווייטן, זיך צוהערן צו כּלערליי דעות, אָבער פֿאָרט בלײַבן אומאָפּהענגיקע יחידים, נישט „צווייטע העלפֿטן‟. האַמער האָט צוגעגעבן, אַז אַ טייל פֿון די חידושדיקע פֿרויען־הנהגות קאָנען טאַקע שטאַמען פֿון די חסידישע קוואַלן און שטימען מיט הלכה, אָבער די אַנדערע — לאַוו־דווקא.
אַזוי צי אַזוי, איז מערקווירדיק, אַז די דערמאָנטע נישט־אָרטאָדאָקסישע דענקערינס אָנערקענען, אַז אין תּורת־החסידות קאָן מען יאָ געפֿינען וויכטיקע פֿעמיניסטישע עלעמענטן, און אַז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער וועלט האָבן די פֿרויען תּמיד געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע.
צי קומט האַמערס עצה מחדש צו זײַן הנהגות קעגן הלכה אין סתּירה מיטן טראַדיציאָנעלן חסידות? נאָכן ערשטן סדר אין מאָנסי, וועלכער האָט זיך ערשט אָנגעהויבן בערך צוויי אַזייגער בײַנאַכט, בין איך געוואָרן היפּש מיד און פֿאַרשלאָפֿן דעם לעצטן מנין — אַ גרופּע בראַצלעווער, נטורי־קרתּאניקעס און אַנדערע חסידישע יונגע־לײַט — וועלכער האָט זיך ספּאָנטאַן געשאַפֿן און זיך געשטעלט דאַוונען שחרית דרײַ אַזייגער נאָכמיטאָג. אַ צאָל אַנדערע גאָר פֿרומע פֿאַרשלאָפֿענע חסידים זענען געקומען נאָך שפּעטער צו דאַוונען ביחודות.
עס באַקומט זיך, אַז אַ טייל חסידים, אַרײַנגערעכנט די סאַמע פֿרימסטע, זענען נישט אַזוי ווײַט פֿון האַמערס שיטה; צומאָל טוט מען על־פּי־הלכה — און צומאָל נישט. מע קאָן אָנהייבן עסן דעם אַפֿיקומן כּמעט בײַטאָג און דערנאָך דאַוונען „מיט פֿרישקייט‟ שחרית גלײַך פֿאַר דער שקיעה. ווי רבי לייבעלע אייגער האָט אַמאָל געזאָגט: מע דינט דאָך דעם רבונו־של־עולם און נישט די זון אָדער די לבֿנה — דערפֿאַר קוקט מען נישט אויפֿן זייגער. די פֿאָרעם פֿון אַזעלכע אומהלכהדיקע הנהגות איז אַוודאי גאַנץ אַנדערש, ווי אין די נישט־אָרטאָדאָקסישע קרײַזן, אָבער די עכטע אַלטמאָדישע חסידים רעכענען זיך אויך נישט תּמיד מיט דער הלכה. דער מינהג ברעגנט דעם דין, און אַ גוטע כּוונה קאָן זײַן וויכטיקער, ווי די פֿאָרמעלע נאָרמעס.
אַזעלכע גאָר פֿרומע יונגע־לײַט, ווי דער דערמאָנטער שפּעטערדיקער מנין, קוקן נישט אויף די פֿרויען. אַ טייל פֿון זיי שטרעבן בכלל נישט קוקן אַרום זיך ווײַטער ווי אַרבע־אמות. צי טוען זיי דאָס צוליב שׂינאה אָדער פֿאָראורטייל? זיכער נישט. די חסידישע מענער פּרוּוון מיט אַזעלכע עצות אײַנצוהאַלטן זייערע ליבע־הירהורים.
ס׳איז כּדאי זיך צו דערמאָנען, אַז די חסידישע פֿרויען זענען אַ טייל פֿון דער זעלבער ייִדישער קולטור, וואָס באַטראַכט איר היים־שפּראַך ווי דאָס „מאַמע־לשון‟ און שאַצט אָפּ די פֿאָלק־מינהגים, וואָס שטאַמען אָפֿט דווקא פֿון די פֿרויען. למשל, ווען די מענער לייענען בײַם יום־טובֿדיקן טיש סיפּורי־צדיקים פֿון פֿאַרשיידענע ספֿרים, דערציילן די מאַמעס זייערע קינדער, ווי אַזוי מע זאָל זיך פּראַקטיש אויפֿפֿירן. אינעם חדר קנעלט מען די טעאָרעטישע גמרא, און פֿון דער באָבען לערנט מען אָפּ ווי אַזוי צו זײַן אַן ערלעכער ייִד. דערפֿאַר איז נישט ריכטיק צו זאָגן, אַז די פֿרויען שפּילן נישט קיין ראָלע בײַ די חסידים; הגם זייער ראָלע קאָן אויסזען באַשיידן און באַגרענעצט, זענען זיי די היטער — און, צומאָל, אויך שאַפֿער — פֿון משפּחה־טראַדיציעס.
אַזוי ווי אין אַלע מענטשלעכע קולטורן, זענען אין די חסידישע קהילות פֿאַראַן ערנסטע סאָציאַלע פּראָבלעמען; מע טאָר זיי אָבער נישט פֿאַרוואַנדלען אין גוזמאדיקע באַשולדיקונגען. אויב עמעצער זאָרגט זיך ערנסט וועגן דעם מצבֿ פֿון די חסידישע פֿרויען, מוז מען קודם אויסהערן זייערע אייגענע מיינונגען וועגן לעבן, באַמערקן זייער רעאַלע ראָלע אין ייִדישקייט, ווי אויך אָפּשאַצן די פֿעמיניסטישע עלעמענטן און רעוואָלוציאָנערע חידוש־כּוחות, וואָס געפֿינען זיך יאָ אין חסידות, הגם נישט אַלעמאָל ליגן זיי אויפֿן אויבערפֿלאַך.
נישט געקוקט אויף פֿאַרשיידענע באַגרענעצונגען, שטאָלצירן אַ סך חסידישע פֿרויען מיט זייער אויסזען און הנהגות. אין דעם זין, זענען זיי עכטע „אשת־חילס‟ — בראַווע קעמפֿערינס קעגן דעם וועלטלעכן קאָנפֿאָרמיזם און וועכטער פֿונעם חסידישן „אינדזל פֿון ייִדישלאַנד‟. ווען מע שילדערט זיי פֿון דער ווײַטנס ווי נעבעכדיקע צוריקגעהאַלטענע קרבנות פֿון כּלערליי צרות, קאָן מען זאָגן, אַז אַזאַ קוק גופֿא שמעקט אַ העסלעכן סעקסיזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.