אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי האָט זיך געעפֿנט די צווייטע אויסשטעלונג אינעם אָפּטייל פֿון חידושדיקע שעדעווערס און טשיקאַוועסן, געווידמעט בלויז איין בילד פֿון דער באַרימטער אַמעריקאַנער פֿאָטאָגראַפֿין דיִען אַרבעס. דאָס חידושדיקע בילד טראָגט דעם נאָמען „דער ייִדישער גיגאַנט‟. די גאַנצע אויסשטעלונג ווײַזט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן און באַדײַטן פֿון דער דאָזיקער איין־איינציקער פֿאָטאָגראַפֿיע.
דער פֿולער נאָמען פֿון אַרבעסעס שאַפֿונג איז „אַ ייִדישער גיגאַנט אין דער היים מיט זײַנע טאַטע־מאַמע אין די בראָנקס, ניו־יאָרק, 1970‟. דער אָריגינאַל איז מאָנטירט אין אַ וויטרינע אינעם צענטער פֿון דער אויסשטעלונג, און ס׳איז טאַקע אַ פֿאָטאָגראַפֿישער שעדעווער. קודם־כּל, זעט מען אויפֿן בילד דעם באַרימטן ריז אַליין, עדי קאַרמעל. ער איז געווען אַ גראָטעסט־הויכער ייִדישער מאַן, וועלכער איז געשטאָרבן אינעם יאָר 1972, בײַ 36 יאָר, צוליב דעם הויקער, סקאַליאָז און אַנדערע צרות, פֿאַרבונדן מיטן אומגעוויינטלעכן אויסבוי פֿון זײַן גוף. קאַרמעל זעט אויס ווילד — מיט הפֿקרדיק צעשויבערטע האָר, נישט געגאָלט פּנים און אַן אויסגעקנייטשט העמד.
הינטער דעם ריז שטייט אַן אַלט פּאָרפֿאָלק — זײַנע טאַטע־מאַמע. קוקנדיק אויף דער אייראָפּעיִשער קונסט אויף די ווענט, אַלטמאָדישן מעבל און די אומגעלומפּערטע ברילן, וואָס זיי ביידע טראָגן, קאָן מען גרינג פֿאַרשטיין, אַז זיי זענען אַ ייִדישע משפּחה. די גאַרדינען אויף די פֿענצטער זענען פֿאַררוקט; דאָס איז זייער היים, און זיי ווילן, אַז די וועלט זאָל צו זיי אַרײַנקוקן.
עס דאַכט, אַז דער ריז רוקט זײַנע איבערגעשראָקענע עלטערן אַרײַן, מיט זײַן גיגאַנטיש מאָנסטערדיקן אויסזען, אין אַ ווינקל פֿון דער אַלטער ניו־יאָרקער דירה. ווען מע קוקט זיך בעסער צו, באַמערקט מען אָבער, אַז ער לענט זיך אָן אויפֿן שטעקן — אַ סימן פֿון גרויסע ייִסורים. ס׳קאָן זײַן, אַז די מאַמע קוקט דערשראָקן, ווײַל זי זעט, ווי איר זון לײַדט פֿון אַ סכּנותדיקער מחלה, וואָס ווערט יעדן טאָג ערגער.
וואָס האָט אַרבעס געוואָלט אויסדריקן מיט דער דאָזיקער פֿאָטאָגראַפֿיע? פּחד? ליבשאַפֿט? צוליב דעם, וואָס זי האָט באַהויפּטן אינעם טיטל פֿונעם בילד, אַז דער גיגאַנטישער מאַן איז אַ ייִד, קאָן אַפֿילו זײַן, אַז דאָס איז עפּעס אַ רמז וועגן דעם טראַגישן ייִדישן גורל.
דעניעל פּאָלמער, דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג, האָט דערקלערט, אַז אַנשטאָט פֿאַרשיידענע קונסט־ווערק, ווי מע טוט עס אויף ס׳רובֿ אויסשטעלונגען, האָט ער זיך קאָנצענטרירט אויפֿן עדי קאַרמעלס לעבן. די באַזוכער פֿונעם מוזיי קאָנען זיך באַקענען מיט זײַן ביאָגראַפֿיע, פֿון קינדער־יאָרן ביזן טויט, צו דערזען זײַנע ריזיקע שיך אָדער דאָקומענטן פֿונעם צירק, וווּ ער פֿלעגט אויפֿטרעטן.
אין אַן אַנדער ווינקל פֿון דער עקספּאָזיציע זענען אויסגעשטעלט פֿאַרשיידענע צייכענונגען און ליטאָגראַפֿיעס פֿונעם קליינעם דוד און ריזיקן גלית. ווי אַ מין פּאָסטמאָדערנע מעדיטאַציע, דערמעגלעכט די אויסשטעלונג צו שאַפֿן אייגענע אַסאָציאַציעס. וואָס מער מע קוקט זיך אַרײַן אין דער חידושדיקער זאַמלונג, אַלץ מער נײַע רמזים קאָן מען דאָרטן אײַנזען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.