8.2 מיליאָן תּושבֿים אין ישׂראל

Israel: 8.2 Million Residents


Published May 02, 2014, issue of May 23, 2014.

דער קומענדיקן דינסטיק, יום־העמצאות, וועט דער ישׂראלדיקער צענטראַלער ביוראָ פֿון סטאַטיסטיק אָפֿיציעל איבערגעבן דעם דעמאָגראַפֿישן באַריכט וועגן דער באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד. דאָנערשטיק די וואָך, דעם ערשטן מײַ, האָט דער ביוראָ שוין איבערגעגעבן די פֿאָרלויפֿיקע אינפֿאָרמאַציע.

די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג איז געשטיגן אויף צוויי פּראָצענט — אָדער אויף 157,000 נפֿשות — אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿאָריקן יאָר. הײַנט וווינען אינעם לאַנד 8.2 מיליאָן מענטשן. במשך פֿונעם יאָר, זענען 178,000 קינדער געבוירן געוואָרן, 42,000 מענטשן זענען געשטאָרבן און 24,000 אימיגראַנטן זענען אָנגעקומען.

דרײַ פֿערטל פֿון דער באַפֿעלקערונג — 6.13 מיליאָן נפֿשות — זענען ייִדן; 20.7 פּראָצענט אָדער 1.69 מיליאָן זענען אַראַבער; נאָך 4.3 פּראָצענט זענען רעגיסטרירט ווי „אַנדערע‟. על־פּי־רובֿ געהערן צו דער דאָזיקער גרופּע קריסטן, אַחוץ די אַראַבישע.

אינעם באַריכט זענען נישט אַרײַן די אויסלענדער, וואָס אַרבעטן איצט אין ישׂראל, פּליטים און מענטשן, וואָס האָפֿן צו באַקומען אַ פּליטים־סטאַטוס. אינעם יאָר 2012, האָט זייער צאָל באַטראָפֿן 202,000 נפֿשות.

אין 14 ישׂראלדיקע שטעט וווינען הײַנט מער ווי 100,000 תּושבֿים, און אין זעקס — מער ווי 200,000. צו פֿאַרגלײַכן, איז אינעם יאָר 1948 געווען דאָרטן בלויז איין 100־טויזנטיקע שטאָט, תּל־אָבֿיבֿ.

75 פּראָצענט פֿון דער ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג זענען געבוירן געוואָרן אינעם לאַנד; בײַ אַ העלפֿט פֿון זיי, זענען די עלטערן אויך אײַנגעבוירענע ישׂראלים.