אין איינעם פֿון מײַנע פֿריִערדיקע אַרטיקלען װעגן די פּאַראַדאָקסן אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער האָב איך באַצײכנט, אַז לױט מײַן קאָנסערװאַטיװער מײנונג, איז דער ישׂראלדיקער „ייִדישפּיל‟ דער אײנציקער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער אױף דער װעלט. די דרײַ אַנדערע ייִדישע מלוכה־טעאַטערס, דהײַנו: אין בוקאַרעשט, אין װאַרשע און אין מאָסקװע, שפּילן אױף גוייִש און די דעפֿיניציע „ייִדישער‟ איז ניט מער װי אַ היסטאָרישער רודימענט. מיט דרײַ יאָר צוריק איז די פּראָבלעם פֿון דער צוקונפֿט פֿון „ייִדישפּיל‟ געװען ביז גאָר אַקטועל, װײַל דער גרינדער פֿונעם טעאַטער, שמואל עצמון־װירצער, האָט איבערגעגעבן די „לײצעס‟ אַ נײַעם דירעקטאָר, שׂשׂון קשת (פֿון דער משפּחה קאָסאָװסקי), אַ סאַברע מיט פֿעסטע ישׂראלישע מלוכישע פּאָזיציעס, אַ מענטש אָן אַן עליה־דערפֿאַרונג און אָן דער לאַסט פֿון די װאַקלענישן בנוגע דער נאַציאָנאַלער שפּראַך פֿון מדינת־ישׂראל.
אױך דעמאָלט, מיט כּמעט דרײַ יאָר צוריק, איז די שפּראַך־נישע פֿון ייִדיש אין ישׂראל געװען ניט קײן גרױסע, אָבער אַ פֿעסטע, װײַל זי איז געװען און געבליבן פֿאַרבונדן מיטן חורבן און דער גבֿורה פֿונעם אײראָפּעיִשן ייִדנטום, װי אױך מיט די גרונטלעכע קולטורעלע טראַדיציעס פֿון די אַשכּנזים. די צאָל ייִדיש־שפּראַכיקע אױף דער װעלט בכלל און אין ישׂראל בפֿרט איז אין משך פֿון די לעצטע דרײַ יאָר ניט געװאָרן גרעסער, נאָר פֿאַרקערט. אַפֿילו די פֿרומע ייִדן, װעלכע, װי באַװוּסט, באַזוכן ניט קײן טעאַטערס, אױך זײ, בײַם לערנען תּורה, גײען מאַסנװײַז איבער אױף העברעיִש און ענגליש.
פֿון דער צװײטער זײַט, אַלגעמײן גערעדט, דער ישׂראלדיקער טעאַטער איז געװען און געבליבן אױפֿן ניװאָ פֿון אַ גוטן אײראָפּעיִשן טעאַטער. די רעװאָלוציאָנערע האָפֿענונגען, װעלכע זײַנען געװען פֿאַרבונדן מיט די קינסטלערישע אַנסאַמבלען פֿונעם „רוסישן‟ טעאַטער „הגשר”, מיטן תּל־אָבֿיבֿער „הקאמרי‟ און מיטן ירושלימער טעאַטער „חאן‟, זײַנען געבליבן שטעקן אין די הײכן פֿון די אַמאָליקע קינסטלערישע דערגרײכונגען, און קײן פֿרישע אָדער נײַע טעאַטראַלע פֿאָרמען און אינהאַלט קענען זײ ניט פֿאָרלײגן דעם באַנײַטן ישׂראלדיקן צושױער. דאָס הײסט אָבער ניט, אַז אין ישׂראל זײַנען ניטאָ קײן טעאַטערס, װעלכע זײַנען באַשעפֿטיקט מיט קינסטלערישע עקספּערימענטן. פֿאַרקערט, די צאָל עקספּערימענטאַלע טרופּעס איז זײער אַ גרױסע, נאָר דער תּוכן און די קװאַליטעט פֿון די עקספּערימענטן דערמאָנען די גוט פֿאַרשימלטע „אַלטע בעבעכעס‟ פֿון די אײראָפּעיִשע בינעס סוף 1950ער יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.
אַזױ צי אַנדערש, נאָר דער „ייִדישפּיל‟־טעאַטער, װעלכער האָט אין משך פֿון צװאַנציק יאָר געטאָן אַלץ מעגלעכס, כּדי ניט צו פֿאַרלירן דעם טראַדיציאָנעלן ייִדיש־שפּראַכיקן קהל, איז געװען װײניק באַשעפֿטיקט מיט אױסאַרבעטן אַ נײַע רעפּערטואַר־סטראַטעגיע, װעלכע װאָלט געװען צוגעפּאַסט צום נײַעם דור ישׂראלדיקע צושױערס, פֿאַר װעלכע ייִדישקײט און ייִדיש איז ניט מער װי אַ פֿאַרגעלט בלעטל אין דער אַלגעמײנער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
די צװײטע ניט־פֿרײלעכע, אָבער ממש װירקלעכע פּראָבלעם, איז געװען פֿאַרבונדן מיט דעם, אַז דער טעאַטער „ייִדישפּיל‟ האָט ניט געהאַט קײן פֿרישן מאָדערנעם ייִדישן ליטעראַרישן מאַטעריאַל. װיפֿל מע זאָל זיך ניט װענדן צו דער הילף פֿון „טבֿיה‟, „הערשעלע אָסטראָפּאָליער‟ אָדער „מירעלע אפֿרת‟, װעלן זײ, טבֿיה, הערשעלע און מירעלע, ניט װערן אַ װעגװײַזער פֿון דער רעפּערטואַר־סטראַטעגיע פֿון אַ נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער אין מדינת־ישׂראל.
מיר איז געװען אינטערעסאַנט צו זען, אַז אין רעפּערטואַר פֿון „ייִדישפּיל‟ איז אַרײַנגענומען געװאָרן אַ פּרעכטיקע מאָדערנע פּיעסע „סאָלאָמאָן גריפּ‟ פֿונעם ישׂראלדיקן טעאַטער־קלאַסיקער חנוך לװין און אַ פּיעסע „אַ װעגװײַזער פֿאַרן באַזוכער אין װאַרשע‟ פֿונעם הײַנטצײַטיקן ישׂראלדיקן דראַמאַטורג און רעזשיסאָר הלל מיטלפּונקט. די בײדע פֿאָרשטעלונגען האָבן זיך געלײגט אױף דער קאָנצעפּציע פֿונעם נײַעם קינסטלערישן לײטער פֿון „ייִדישפּיל‟, שׂשׂי קשת — „אױפֿצופּראַלן די טױערן פֿון דער ׳געטאָ׳ פֿאַרן מער ברײטן ישׂראלדיקן טעאַטער־צושױער, און צוציִען װאָס מער גרױסע און פּאָפּולערע אַקטיאָרן פֿון די העברעיִשע טעאַטערס‟.
בעת אונדזער לעצטן געשפּרעך מיט שׂשׂי קשת, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז קײן גוטע שױשפּילער און רעזשיסאָרן אין טעאַטער פֿעלן ניט, װי אױך די ענדלאָזע פּראָבלעמען מיטן בודזשעט און פּובליקום זײַנען ניט גרעסער און ניט ערגער װי אין אַנדערע ישׂראלדיקע טעאַטערס. די זײער פּאָפּולערע און באַליבטע ישׂראלדיקע אַקטיאָרן: ליה קעניג, דבֿעלע גליקמאַן, יונה אליאַן־קשת, טובֿיה צפֿיר — האָבן, אָן אַ ספֿק, צוגעצױגן צו די לעצטע פֿאָרשטעלונגען פֿון „ייִדישפּיל‟ אַ נײַעם עולם, דערצױגן אױף די אָרטיקע עסטעטישע װערטן.
װאָס װאַרט אױפֿן תּל־אָבֿיבֿער „ייִדישפּיל‟ אין די גאָר פּאַראַדאָקסאַלע באַדינגונגען, װען די מלוכה שטיצט דעם טעאַטער נאָר מיט 27 פּראָצענט פֿונעם נײטיקן יערלעכן בודזשעט און, װען דער ייִדישער טעאַטער האָט ניט קײן הײמישע מאָדערנע דראַמאַטורגיע אױף ייִדיש? אײן זאַך איז מיר אָבער קלאָר: מע דאַרף זײַן זײער מוטיק און שטאַרק װי אַ שטײן, כּדי ניט דערלאָזן, אַז „ייִדישפּיל‟ זאָל פֿאַרװאַנדלט װערן אין אַ מין „עטנאָגראַפֿישן מוזײ־אַנסאַמבל‟ אין נאָמען פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
עס איז געװען גענוג אַרײַנצוקוקן אין שׂשׂי קשתס אױגן, כּדי צו דערפֿילן דעם טיפֿן זאָרגפֿולן װײטיק פֿאַרן צושטאַנד פֿון דער פֿאַרהפֿקרטער ייִדישער קולטור אין מדינת־ישׂראל. טעאַטער איז דאָך ניט קײן אַרמײ, קײן שום קלוגע באַפֿעלן העלפֿן ניט. עס איז אױך ניט גענוג צו זײַן שטאַרק װי אַ שטײן, װײַל אױך אַ שטײן קען װײנען, װײנען אָן טרערן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.