די ייִדישע יוגנט פֿאַרן חורבן

Jewish Youth Before the Holocaust

יונגע מיטגלידער פֿון „השומר הצעיר‟ אין קרעמניץ, פּוילן, אַרום 1938
יונגע מיטגלידער פֿון „השומר הצעיר‟ אין קרעמניץ, פּוילן, אַרום 1938

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 04, 2014, issue of May 23, 2014.

ד״ר מאַקס ווײַנרײַך, איינער פֿון די ערשטע גרינדער פֿון ייִוואָ אין 1925, האָט געקראָגן אַ סובסידיע פֿון דער „ראַקעפֿעלער פֿונדאַציע‟ אין יעיל־אוניווערסיטעט, און איז געפֿאָרן קיין אַמעריקע שטודירן פּסיכאָלאָגיע אויף אַ יאָר צײַט.

נאָכן יאָר, ווען ווײַנרײַך איז צוריקגעקומען קיין ווילנע, קומט ער אָנגעלאָדן מיט אַ וועלט נײַעסן אין דער וויסנשאַפֿט, און צווישן זיי: „וואָס האָט אַ גרעסערע השפּעה אויפֿן יונגן דור, זײַן קולטור־ירושה צי זײַן פּערזענלעכער סבֿיבֿה?‟

אין 1934 פּראָקלאַמירט דער ווילנער ייִוואָ אַ ליטעראַרישן קאָנקורס ווו מען וועט אויסטיילן פּריזן פֿאַר די אינטערעסאַנסטע אַרבעטן. די ליטעראַרישע קאָנקורס־אַנקעטעס זײַנען צעשיקט געוואָרן צו דער יוגנט איבער גאַנץ פוילן, ליטע, רוסלאַנד און איבער ייִדישע ייִשובים איבער דער וועלט. מען האָט געפֿאָדערט פֿון זיי אָנצושרײַבן זייערע אויטאָביאָגראַפֿיעס, ד״ה לעבנס באַשרײַבונגען און איבערלעבונגען.

שפּעטער האָט דר. ווײַנרײַך פּובליקירט אַ בוך: “דער וועג צו אונדזער יוגנט.” ס’האָט נישט גענומען לאַנג און עס האָבן גענומען אָנקומען די ערשטע 300 אויטאָביאָגראַפֿיעס.

דעם ערשטן יולי, 1939 איז פּראָקלאַמירט געוואָרן אַ צווייטער ליטעראַרישער קאָנקורס ווו עס זײַנען אָנגעקומען נאָך 300 אויטאָביאָגראַפֿיעס.

די ערשטע 300 זײַנען אָפּגעראַטעוועט געוואָרן, הונדערט פֿון די לעצטע האָבן זיך אָפּגעזוכט אין קעסטלעך נאָכן חורבן. אַ סך פֿון זיי געפֿינען זיך נאָך אַלץ אין ווילנע, אין דער שטאָטישער מאָנאַסטיריע. די ערשטע 300 געפֿינען זיך דאָ אין די אַרכיוון פֿון ייִוואָ זינט 1947.

לייענענדיק אַ פּאָר פֿון די אויטאָביאָגראַפֿיעס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן אַז די פֿאַרמלחמהדיקע יוגנט האָט נישט געזען די וועלט דורך דער פּריזמע פֿונעם חורבן, און דאָס איז פֿאַרשטענדלעך.

הײַנט זעען ייִדן אַלץ, אַרײַנגערעכנט דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין מזרח אייראָפּע, אין אַ גרויסער שטאָט צי אין אַ שטעטל, דורך דער פּריזמע פֿונעם חורבן. זייער ייִדישער קולטור קאָמפּאַס איז נכשל געוואָרן נאָכן חורבן, אַזוי אַז מען האָט אָנגעוווירן דאָס רײַכטום פֿון ייִדישן לעבן פֿון פֿאַרן קריג, ווי עס וואָלט בכלל נישט עקזיסטירט. דעריבער האָב איך זיך ווידער אומגעקערט צום עצם פֿון אונדזער פֿאַרמלחמהדיקער יוגנט, זייער לעבן, זייער אַנטוויקלטער חוש פֿאַר אַלצדינג וואָס קומט אַרום זיי.

***

איידער איך לאָז זיך אַרײַן אין דער אַמאָליקער ייִדישער וועלט מיט אירע שווערע פּראָבלעמען, מוז איך באַמערקן אַז די אַמאָליקע ייִדישע יוגנט האָט שוין געהאַט גענוג סחורה אויף צו שילדערן און פֿאַרשטיין זייער אַרום, אָפּשאַצן זייער גורל ווי דערוואַקסענע, זען זייער אַרומיקע וועלט מיט ניכטערע אויגן, שוין אָפּגערעדט פֿונעם שווערן מצבֿ אין וועלכן זיי האָבן זיך געפֿונען.

הײַנט, אַ שאָק מיט יאָרן נאָכן חורבן, קוקט מען זיך אַרום און וואָס זעען מיר? ייִדישע יונגוואַרג האָבן נישט די מינדסטע אַנונג וועגן זייער פֿאָלק, זייער קולטור, זייער געשיכטע, זייערע שפּראַכן און זייער אָנגעהעריקייט צו אַן אַן אויסערגעוויינטלעך פֿאָלק, אַן אויסנאַם פֿון אַ פֿאָלק, וואָס זינט די וועלט שטייט קען זיך קיין פֿאָלק נישט פֿאַרגלײַכן מיט אונדז, אונדזער אויסדויער, אונדזער גײַסטיקן כּוח, צו קענען די גאַנצע צײַט איבערבאַשאַפֿן זיך, צופּאַסן זיך, איבערקומען אַלערליי שטרויכלונגען און רדיפֿות, דער עיקר, נישט אונטערגעבן זיך נאָר געפֿינען אין זיך גײַסטיקע כּוחות און ווײַטער אָנגיין מיטן לעבן.

ווי איר זעט, בין איך פֿאַרליבט אין אונדזער פֿאָלק מיט אַלע אונדזערע פּגימות, מיט אַלע אונדזערע חילוקי־דעות. און דער עיקר בין איך פֿאַרליבט אין דער שפּראַך אויף וועלכער איך קען אויסדריקן אַלע מײַנע אָפּשאַצונגען פֿון שיינקייט און טיפֿקייט פֿון אונדזער לשון.

בײַ מיר גופֿא געפֿינען זיך קאָפּיעס פֿון אַרום צען פֿון די אָריגינעלע אויטאָביאָגראַפֿיעס, כאַפּ איך אַרויס בלויז אַ שטיקעלע פֿון איינער, אויף צו טיילן זיך מיט אײַך. דאָ וועלן מיר זיך באַקענען מיט אַ יונגערמאַן וואָס איז מסתמא שוין הײַנט אין טיפֿן, טיפֿן עלטער. און אָט וואָס ער שרײַבט, איך כאַפּ אַרויס אין מיטן פֿון דעם וואָס ער האָט צו זאָגן:

“צו צוועלף האָט מיך דער ברודער אַראָפּגענומען צו זיך אין דער ישיבה אין גראָדנע. איך האָב שוין דאַן געלערנט פֿאַר זיך, אָן אַ רבין, גמרא און תּוספֿות און אַנדערע מפֿרשים.

דאָ אין דער ישיבה בין איך אַרײַנגעפֿאַלן אין אַן אַנדער וועלט. איך בין געוואָרן גײַסטיק און עקאָנאָמיש זעלבסטשטענדיק. איך פֿלעג אַלע חודש באַקומען פֿון דער ישיבֿה אַ פּענסיע און אַליין דאַרפֿן אויסקאָמבינירן אַז דאָס זאָל מיר גענוגענען אויף אַלע באַדערפֿענישן. אין ישיבה פֿלעגט מען דאַרפֿן לערנען פֿון אַכט פֿרי ביז צען אָוונט, מיט אַן איבעררײַס פֿון אַ שעה און אַ האַלב פֿרישטיק און מיטאָג.

אַ האַלבע שעה פֿאַרן גיין אַהיים פֿלעגט מען לערנען מוסר און מאַכן אַ חשבון הנפֿש, דאָס הייסט, מען פֿלעגט זיך זעלבסט אָפּגעבן רעכענונג פֿון דעם וואָס מען האָט געטאָן און געטראַכט אין משך פֿון פֿאַרלאָפֿענעם טאָג.

מוסר פֿלעגט מען לערנען מיט אַ ספּעציעלן וויינענדיקן קול און אַנדערע תּלמידים פֿלעגן צוליב זייערע עבֿירות זיך דערבײַ גוט צעוויינען אויף אַ קול.

אַזוי האָט מיר די ישיבה אויסגעלערנט צו וועגן און מעסטן יעדער טאַט אן מחשבה און שטענדיק צו וויסן ווי איך האַלט אין דער וועלט. דאָס אַליין האָט שוין דעריבער געווירקט, אַז מײַן דורכשניטס־שטימונג איז געוואָרן אַ פּעסימיסטישע, ווי בײַ אַלע ישיבֿה־בחורים פֿון די ליטווישע ישיבֿות.

דאָס שטענדיקע קאָנטראָלירן זיך וואָס ברענגט צו זעלבסט־פֿאָרוווּרף, רויבט אַוועק בײַם מענטשן זײַן מוט און זעלבסט־ווירדיקייט און מאַכט אים פֿאַר אַ שוואַרץ־זעער, טראָץ אַלע זײַנע פֿרומקייטן און אמונה.

דער הדרת־פּנימדיקער געשטעל פֿון משגיח און הויפּטזעכלעך זײַנע רעליגיעז־פֿילאָסאָפֿישע מוסר שמועסן, האָבן אויף מיר געמאַכט אַ קאָלאָסאַלן אײַנדרוק.

איך בין געוואָרן פֿרום ווי אַ ספֿר־תּורהלע. איך פֿלעג כּסדר טראַכטן וועגן גאָט און איבער דער אייביקער ליידיקייט פֿון זײַן פֿאַרנעם…

איך פֿלעג נאָכפֿאָרשן דעם גאַנג פֿון דער שלעכטער וועלט־אָרדענונג, און דאָס זיך ערקלערן אַלץ אַ פּועל־יוצא פֿון אונדזער זינדיקייט.

אויך פֿלעג איך זיך פֿאַרנעמען מיט חקירה, ד״ה זיך באַמיען צו פֿאַרשטיין רעליגיע מיטן שׂכל. איך געדענק אַן עפּיזאָד מיטן משגיח, וועלכער וועט קענען אילוסטרירן דעם ישיבֿהשן געדאַנקען־גאַנג.

איך האָב איין מאָל אין פּערזענלעכן שמועס געפֿרעגט דעם משגיח:

“אויב די תּנאים האָבן אַלץ געוווּסט, אַלע סודות פֿון דער טבֿע, און האָבן אפֿילו געקענט מחיה מתים זײַן, טאָ פֿאַר וואָס האָבן זיי נישט ערפֿינדן די באַן און עלעקטריע?”

ער האָט מיר געענטפֿערט:

“צי וואָלטן מיר געהאַט די מאָראַלישע רעכט צו דערהרגענען איין מענטש אין פֿאַל ווען מיר וואָלטן געוווסט אַז מיט זײַן טאַט ראַטעוועט מען דאָס לעבן פֿון טויזנטער? זיכער נישט.

דעריבער אָ, האָבן די חכמים נישט געוואָלט ערפֿינדן די באַן, ווײַל אמת, די באַן ראַטעוועט אין אַ סך פֿאַלן דעם מענטשן, אָבער אין אַ סך פֿאַלן קומען דאָך אויך אום מענטשן דורך דער באַן.

הגם דער פּראָצעס פֿון לעצטן איז אַ קלענערער, אָבער דאָך, ווער האָט דאָס רעכט צו פֿאַרבײַטן דאָס לעבן פֿון ראובֿן אויפֿן לעבן פֿון שמעון און לוי?

און אין דער אמתן האָבן אונדזערע חז”ל יאָ געוווּסט וועגן דער באַן, א.א.וו., נאָר זיי האָבן דאָס מאָראַליש נישט געטאָרט ערפֿינדן.”

***

איר זעט ליבע פֿרײַנט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך, דאָס אַמאָליקע צוועלף יעריק בחורל באָרעט זיך מיט ערנסטע שאלות און זוכט צו זיי תּשובֿות.

הײַנט קען אַ צוועלף יעריק ייִנגל קוים אויסקרעכצן די בר־מצווה פּרשה, שוין אָפּגערעדט פֿון פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען וואָס האָבן אַ שייכות צו דער וועלט, צום לעבן און מענטש.

דער שאָדן איז גרויס, דער פֿאַרלוסט פֿון זעקס מיליאָן קדושים קאָסט אונדז אונדזער אַמאָליקע ייִדישע קולטור, לשון און ייִדישע חכמה.

דערווײַל זײַט מיר געזונט און שטאַרק און עסט מיר קרעפּלעך. אַזוי פֿלעג איך פּראָוואַזשאַיען (באַגלייטן) מײַנע סטודענטן בײַם סוף פֿון יעדן ייִדישן קלאַס.