די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם „לייוויק־הויז‟, דער יאָרן־לאַנגער צענטער פֿון ייִדישע שרײַבער אין ישׂראל, מוז אין גיכן אָננעמען אַ וויכטיקן באַשלוס וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם פּרעכטיקן דרײַ־שטאָקיקן בנין, וואָס געפֿינט זיך אינעם האַרץ פֿון תּל־אָבֿיבֿ. יעדעס יאָר דאַרף די אָרגאַניזאַציע באַצאָלן בערך 100,000 שקל שטײַערן פֿאַרן בנין — אַ סומע, וואָס זי איז פּשוט נישט מסוגל מער צו באַצאָלן.
זינט די 1960ער איז דאָס „לייוויק־הויז‟ דער אַדרעס פֿונעם „פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל‟ און פֿונעם „ה. לייוויק פֿאַרלאַג‟. אין 1970 האָט די אָרגאַניזאַציע זיך אַרײַנגעצויגן אינעם איצטיקן בנין דורך דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון מנדבֿים אין ישׂראל און אין אויסלאַנד. אויפֿן חנוכּה־הבית זענען טאַקע בײַגעווען די דעמאָלטדיקע ישׂראלדיקע פּרעמיערין, גאָלדע מאיר; דער תּל־אָבֿיבֿער בירגערמײַסטער יהושע ראַבינאָוויטש, און אַ צאָל אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער, ווי מרדכי צאַנין און אַבֿרהם סוצקעווער.
הגם די צימערן אין „לייוויק־הויז‟ האָבן אַ מאָל געשפּרודלט מיט ייִדיש — בפֿרט יעדן פֿרײַטיק אינדערפֿרי, ווען די שרײַבער פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען צו שמועסן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און דער מערכה פֿון ייִדיש אין ישׂראל בכלל, הערט מען דאָרט הײַנט זעלטן אַ ייִדיש וואָרט, האָט ישׂראל רודניצקי, דער אַמאָליקער סעקרעטאַר פֿונעם שרײַבער־פֿאַראיין, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟: „הײַנט זענען דאָ נישט מער ווי 14 חבֿרים, וואָס זענען נאָך ממשיך צו שרײַבן אין ייִדיש, און אַ העלפֿט פֿון זיי זענען אין די 90ער.‟
כאָטש דער איצטיקער דירעקטאָר פֿון „לייוויק־הויז‟, דניאל גלאַי, אַ קאָמפּאָזיטאָר און פּאָעט, אָרגאַניזירט דאָרט אונטערנעמונגען, ווי, למשל, לעקציעס פֿון ייִדישער ליטעראַטור און קאָנצערטן פֿון קלעזמער־מוזיק, ברענגט עס אַרײַן ווייניק הכנסה.
ביז לעצטנס איז יעדעס יאָר כאָטש אַרײַנגעקומען אַ סובסידיע פֿונעם „אַבֿרהם לערנער־פֿאָנד פֿאַר ייִדיש אין ישׂראל‟, אָבער מיט צוויי יאָר צוריק האָט זיך דאָס געלט פֿון דער פֿונדאַציע פֿאַרענדיקט, און דאָס „לייוויק־הויז‟ איז געבליבן אָן הכנסה בכלל.
וואָס זשע טוט מען? איין מעגלעכקייט, וואָס מע האָט שוין אין די פֿריִערדיקע יאָרן געהאַט פֿאָרגעלייגט, איז דעם בנין צו פֿאַרקויפֿן; און מיטן געלט סײַ אויסצאָלן די חובֿות, וואָס דאָס „לייוויק־הויז‟ איז שולדיק פֿאַר די שטײַערן, סײַ דינגען אַ לאָקאַל, כּדי ווײַטער אָנצופֿירן מיט די טעטיקייטן פֿון דער אָרגאַניזאַציע.
דער געדאַנק צו פֿאַרקויפֿן דעם בנין האָט אַ געוויסע לאָגיק. די פּרײַזן פֿונעם גרונטאייגנס אין תּל־אָבֿיבֿ איז לעצטנס שטאַרק געשטיגן, און די בוי־אונטערנעמער זוכן מיט ליכט, וווּ צו בויען נאָך אַ לוקסוס־בנין אָדער האָטעל. דער געוועזענער ישׂראלדיקער פּרעמיער, אהוד ברק, למשל, האָט לעצטנס פֿאַרטאָפּלט זײַן פֿאַרמעגן, ווען ער האָט פֿאַרקויפֿט זײַן תּל־אָבֿיבֿער דירה, וואָס ער האָט געקויפֿט אין 2003, און באַקומען דערפֿאַר אַרום 12 מיליאָן שקל (3.5 מיליאָן דאָלאַר).
אָבער ווען מע האָט לעצטנס פֿאָרגעלייגט צו באַטראַכטן די מעגלעכקייט פֿון פֿאַרקויפֿן דעם בנין, האָבן די מיטגלידער פֿונעם פֿאַראיין זיך שטאַרק אַנטקעגנגעשטעלט. „מיר ווילן נישט פֿאַרקויפֿן דעם בנין,‟ האָט די אָנגעזעענע פּאָעטעסע, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „דאָס איז דער איינציקער אַדרעס אין דער וועלט פֿאַר ייִדישע שרײַבער. לאָמיר גיכער פֿאַרדינגען אַ טייל פֿון דער שטוב, און מיר וועלן ווײַטער האָבן אונדזער טייל. דאָס דירה־געלט, וואָס וועט אַרײַנקומען וועלן מיר קענען ניצן אויפֿצוהאַלטן אונדזערע טעטיקייטן און אַרויסלאָזן ייִדישע ביכער.‟
הגם דער „לייוויק־פֿאַרלאַג‟ האָט במשך פֿון די אַלע יאָרן פּובליקירט בערך 120 ביכער און ליטעראַרישע זשורנאַלן, איז די טעטיקייט הײַנט אַ סך שוואַכער ווי אַמאָל. אין 2007 האָט דער פֿאַרלאַג אַרויסגעלאָזט דאָס בוך „ליטעראַרישע פּאָרטרעטן‟ פֿון מישע לעוו; פֿאַראַיאָרן האָט מען פּובליקירט צוויי ביכער פֿון דניאל גלאי, „מלך הכּליזמרים און שאלות־תּשובֿות‟ און „אין שפּאַס, אין ערנסט און אין צווישן‟, און באַסמאַן האַלט בײַם צוגרייטן אַ נײַ בוך פּאָעזיע.
„ס׳איז אַ חילול־השם צו פֿאַרקויפֿן דעם בנין, אָפּנעמען דאָס געלט און אַריבערגיין ערגעץ אין אַ קליינעם צימער,‟ האָט רודניצקי דערקלערט. „מיר האָבן מורא וואָס ס׳וועט זײַן, אויב עס גייט אַריבער צו די פּריוואַטע הענט פֿון ספּעקולאַנטן.‟
דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געפֿרעגט גלאַי זײַן מיינונג וועגן דעם ענין, אָבער ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו ענטפֿערן.
אַחוץ די צוויי ברירות — פֿאַרקויפֿן דעם בנין, אָדער פֿאַרדינגען אַ טייל דערפֿון — איז דאָ אַ דריטע מעגלעכקייט איבערצוגעבן דעם בנין צו אַ צווייטער ייִדישער אָרגאַניזאַציע. „בית שלום עליכם‟, למשל, אַ ייִדישער קולטור־צענטער אין תּל־אָבֿיבֿ, וואָלט מסכּים געווען עס צו טאָן, האָט רודניצקי געזאָגט. „׳בית שלום־עליכם׳ האָט זײַנע אייגענע פֿאָנדן און פֿירט אַ גראַנדיעזע אַרבעט — ייִדישע פֿאָרשאַרבעט, לערנט ייִדיש מיט דערוואַקסענע, עקזאַמענס, און שולט אויס רעדנער און שרײַבער אויף ייִדיש.‟
משה לעמסטער, אַ צווייטער מיטגליד פֿון „לייוויק־הויז‟, האַלט אָבער, אַז ס׳איז בעסער דערווײַל צו פֿאַרדינגען אַ טייל פֿונעם בנין. „ס׳איז נישטאָ קיין אַנדערע אינסטיטוציע, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ ייִדישן פּאָעט. זאָל מען פֿאַרדינגען אַ האַלבן בנין צו אַ ביוראָ אָדער אַ בילד־גאַלעריע, און דער ׳בית־לייוויק׳ קאָן ווערן אַ מוזיי, געווידמעט דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ישׂראל.‟
די ביבליאָטעק אין „לייוויק־הויז‟ האָט שוין אַ סך ביכער, האָט לעמסטער געזאָגט, קען מען דערווײַל צונויפֿזאַמלען געוויסע זאַכן, וואָס האָבן געהערט צו אַבֿרהם סוצקעווער, איציק מאַנגער, יעקבֿ פֿרידמאַן און מרדכי צאַנין, און מאַכן אַן אויסשטעלונג דערפֿון. „נישט בלויז מאַנוסקריפּטן, נאָר אויך זייערע ברילן, די שטולן, אויף וועלכן זיי זענען געזעסן, אאַז״וו. דער בילדונג־מיניסטעריום וואָלט אפֿשר געגעבן געלט דערפֿאַר, ווײַל זיי שטיצן העברעיִשע שרײַבער־פֿאַראיינען און מוזייען.‟
בער קאָטלערמאַן, דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אין בר־אילן אוניווערסיטעט, זאָגט, אַז ס׳איז דאָ אַ געוויסע לאָגיק אינעם פֿאַרקויפֿן דאָס „לייוויק־הויז‟, בפֿרט ווײַל ס׳איז פּראָבלעמאַטיש אונטערצוהאַלטן דעם בנין. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, איז „בית־לייוויק‟ שוין פֿון לאַנג „אַן אַדרעס פֿון קידוש־לבֿנה אותיות, און נישט סתּם אַן אַדרעס‟, האָט ער באַטאָנט.
אין די סוף־1990ער יאָרן, ווען קאָטלערמאַן איז דאָרט געווען אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג, זענען יעדן פֿרײַטיק געקומען אַרום 30 מענטשן. „זיי זענען געווען שעפֿערישע שרײַבער און זשורנאַליסטן, זיי האָבן גערעדט וועגן זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע באַדערפֿענישן, וועגן עפֿענען אַ זשורנאַל. הײַנט איז נישטאָ קיין ליטעראַרישער אויטאָריטעט אַזוי ווי צאַנין איז געווען.‟
קאָטלערמאַן האַלט אויך נישט פֿון איבערגעבן דעם „לייוויק־הויז‟ אין רשות פֿון „בית שלום עליכם‟, וואָס האָט אַנדערע אויפֿגאַבעס. „פֿאַרשפּרייטן ייִדיש איז אַ וויכטיקע זאַך — האָט ער באַטאָנט — אָבער דאָס איז נישט די פֿונקציע פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלער ליטעראַרישער אָרגאַניזאַציע. מע דאַרף אונטערשטיצן די ייִדישע שרײַבער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.